ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

אַ נײַער געזעץ איניציִיִרט פֿון „דאַיאַ‟

די „דאַיאַ‟ האָט דאָנערשטיק, דעם 14טן אויגוסט, צוגעשטעלט אַ פּראָיעקט אין פּאַרלאַמענט, כּדי מען זאָל קענען מישפּטן די באַשולדיקטע אין דעם אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994 אין זייער אָפּװעזנהייט. אויב דער פּראָיעקט װעט אָנגענומען װערן דורך די דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן, װעט דער ריכטער האָבן די מעגלעכקייט אָנגיין ווײַטער אין דער אויספֿאָרשונג און אין דעם מישפּט. א סך פּאַרלאַמענטאַרער האָבן צוגעזאָגט די שטיצע, אָבער עס איז אַ ספֿק, אויב דער אָפֿיציאָז װעט שטיצן דאָס געזעץ.


„שלום‟ דערמאָנט דעם אומברענג פֿון סאָלאָניקער ייִדן

מיטװאָך דעם 20סטן אויגוסט האָט די ספֿרדישע קהילה „שלום‟ צוזאַמען מיט דער „דאַיאַ‟ און דעם חורבן־מוזיי דערמאָנט דעם אומברענג פֿון די קהילות אין ראָדאָס, סאַלאָניקע און קאָס, בעת דער צװייטער װעלט־מלחמה.


אַ סיכסוך מיטן געוועזענעם רבֿ

אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז מען שטאַרק באַאומרויִקט איבער אַ לעגאַלן סיכסוך, װאָס איז אַנטשטאַנען מיטן געװעזענעם רבֿ בן־חמו, װאָס איז באַזײַטיקט געװאָרן פֿון זײַן אַמט. דער רבֿ האָט אָנגעגעבן אין געריכט אַן אָנקלאָג אויף 2.5 מיליאָן דאָלאַר. די אָפּאָזיציע בעט דרינגענדיק צונויפֿרופֿן אַ זיצונג, אויפֿצוקלערן דעם ענין, װאָס שטעלט די אינסטיטוציע אין אַ געפֿערלעכער סיטואַציע. אַזאַ מין זאַך, גלייב איך, איז נאָך קיין מאָל ניט פֿאָרגעקומען אין דער ייִדישער װעלט.


די ייִדן זײַנען באַזאָרגט צוליב דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם

פֿאָרשטייער פֿונעם ייִשובֿ האָבן זיך געטראָפֿן מיטן זיכערקייט־מיניסטער און אים איבערגעגעבן די זאָרג איבער אַנטיסעמיטישע אויסברוכן, װאָס האָבן זיך פֿאַרגרעסערט די לעצטע װאָכן. דער פּאָליציי־שעף און דער מיניסטער האָבן צוגעזאָגט אָנװענדן אַלע מיטלען צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן און ייִדישע אינסטיטוציעס פֿונעם אַנטיסעמיטישן װאַנדאַליזם.


אַן אַנטיסעמיטישער אינצידענט אין עראָפּלאַן

אַליס און האַרי כאַמרי זײַנען צװיי קאָלאָמביאַנער ייִדן, װאָס האָבן זיך צוגעגרייט צו פֿליִען די לעצטע װאָך אין אַן עראָפּלאַן פֿון דער געזעלשאַפֿט „אַװיאַנקאַ‟. האַרי האָט געטראָגן זײַן יאַרמלקע. אַ מענטש איז צו אים צוגעגאַנגען און געשריִען צו אים „פֿאַרשאָלטענער ייִד, גיב אַ קוק װאָס איר זײַט גורם אין עזה‟. אַ קאַטוילישער גלח, װאָס האָט דאָס געהערט, האָט מיט דער הילף פֿון אַנדערע פּאַסאַזשירן געפּועלט מען זאָל דעם אַנטיסעמיט נישט דערלויבן צו פֿליִען, און די פּאָליציי האָט אים אַראָפּגענומען פֿונעם אַעראָפּלאַן.


ראַבינער ווערט אויסגעזידלט פֿון אַנטיסעמיטן

אין בוענאָס־אײַרעס האָט דער ראַבינער מאַריאָ רויזמאַן, דער זון פֿון ייִדישן אַקטיאָר הענרי געראָ אויך געליטן פֿון אַן אַנטיסעמיטישן אַטאַקע. רויזמאַן װוינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן שוין איבער צען יאָר, און ער איז געקומען אין לאַנד צו דער לװיה פֿון זײַן מוטער ראָזיטאַ לאָנדנער. אויף דער גאַס איז ער באַפֿאַלן געװאָרן מיט געשרייען: „רוצח‟. קיינער האָט אים ניט פֿאַרטיידיקט.


קאָנצערט פֿון „דיוואַן‟־אָרקעסטער, אָנגעפֿירט פֿון דניאל באַרענבוים

דניאל באַרענבוים געפֿינט זיך אין בוענאָס־אײַרעס. ער האָט דאָ אָרגאַניזירט אַ „באַרענבוים־פֿעסטיװאַל‟ מיט דער באַטייליקונג פֿון דער אַרגענטינער פּיאַניסטקע מאַרטאַ אַרכעריטש. מיט זײַן אָרקעסטער „דיװאַן‟, פֿון ישׂראלים און פּאַלעסטינער, האָט ער אויך געגעבן אַ קאָנצערט אויף דער פֿרײַער לופֿט, װוּ איבער 10,000 מענטשן האָבן צװישן אַנדערע ווערק אויך געקענט הערן װאַגנערן.


די פּרעמיערע פֿון אַ ייִדישן ספּעקטאַקל

אין דעם טעאַטער װאָס פֿונקציאָנירט אין דעם געװעזענעם „ייִדישן אַקטיאָרן־פֿאַראיין‟ איז שבת, דעם 16טן אויגוסט פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿונעם ספּעקטאַקל „לאַכן איז געזונט — דאָס לעבן איז אַ קאָמעדיע‟. אינעס גרימלאַנד, מאַיאַ לאַנדעסמאַן, דניאל ניבאָרסקי און ראָבי סאָקס שטעלן פֿאָר דעם ייִדישן הומאָר מיט חן און געשמאַק.


אַ נײַ בוך וועגן אַנאַ פֿראַנק

דאָנערשטיק, דעם 14טן אויגוסט איז אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס בוך פֿון דניאַל אַנטאַר „דיאַלאָגן מיט אַנאַ פֿראַנק‟. עס האָבן גערעדט די פּסיכאָאַנאַליטיקערס פֿעליסאַ װידער און יוסף סאַהאָװאַלער, װעלכע האָבן אַנאַליזירט דעם מחברס צוגאַנג צום טאָגבוך װי אַ בײַטראָג צו פֿאַרשטיין דעם חורבן פֿון אַן אַנדער פּערספּעקטיװ.


אַבי מע זאָל נישט דינען אין דער ישׂראל־אַרמיי

אין פֿאַרשיידענע קרײַזן האָט מען קאָמענטירט אַ פּראָיעקט פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג צוצונעמען די אַרגענטינער בירגערשאַפֿט בײַ די ייִדן, װעלכע האָבן אָנגענומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. דער ציל איז, אַז די אַרגענטינער זאָלן ניט דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. דערװײַל האָט די רעגירונג זיך ניט אַרויסגעזאָגט אָפֿיציעל װעגן דעם ענין.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.