ווען דער ראָמאַן „דער מעטאָד פֿון אַלטשול‟ האָט זיך באַוויזן אין מאַרץ אויף די פּאָליצעס פֿון די טשעכישע ביכער־קראָמען, זענען די לייענער געווען נײַגעריק צו באַקענען זיך מיט אַן אויסגעצייכנטער פּאָליטישער און פּסיכאָלאָגישער מעשׂה, וווּ די עלעמענטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק און אַלטערנאַטיווער געשיכטע ווערן קאָמבינירט מיט דער ייִדישער קבלה.
די אמתע סענסאַציע האָט זיך אָבער אָנגעהויבן שפּעטער, ווען מע האָט אַנטדעקט, אַז הינטער דעם פּסעוודאָנים פֿונעם מחבר, חיים ציגאַן, באַהאַלט זיך דער געוועזענער פּראָגער הויפּט־רבֿ, קאַראָל (אפֿרים) סידאָן. דער שרײַבער האָט דערקלערט, אַז ער האָט זיך באַנוצט מיט אַ פּסעוודאָנים, כּדי אָפּצוטיילן זײַן ליטעראַרישע שעפֿערישקייט פֿון זײַן ראָלע ווי אַ שטאָטישער קהילה־מנהיג. ווי ער האָט באַטאָנט אין אַן אינטערוויו, שטימט נישט בעלעטריסטיק מיטן אימאַזש פֿון אַ רבֿ.
סידאָן האָט געזאָגט, אַז ער האָט שוין לאַנג געוואָלט פֿאַרלאָזן די רבנישע פּאָזיציע און פֿאַרנעמען זיך מיט שרײַבערײַ. נישט לאַנג צוריק, אין יוני, האָט ער רעזיגנירט; אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז דער הויפּט־רבֿ איז זיך צעגאַנגען מיט זײַן דריטער ווײַב און קלײַבט זיך חתונה האָבן מיט איינער פֿון זײַנע תּלמידות, וועלכע ער האָט פֿריִער מגייר געווען.
במשך פֿון אַ סך יאָר, איז סידאָן געווען אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן ווידערגעבורט אין טשעכײַ נאָך דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. די ייִדישע קהילה האָט מיט ענטוזיאַזם אויפֿגענומען אַ געוועזענעם דיסידענט, וועלכן די רעגירונג האָט אַמאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם לאַנד. סידאָן האָט אָבער איבערגעלאָזט אַ קהילה, וואָס איז געבליבן הײַנט צעקריגט צוליב אַ מחלוקת, אין וועלכן דער אַוועקגעגאַנגענער פֿירער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע.
דאָס מחלוקת האָט צו טאָן מיט די חילוקי־דעות צווישן דעם עלטערן און יונגן דור, פּערזענלעכע קאָנפֿליקטן, פֿאַרשיידענע צוגאַנגען צו פֿרומקייט און די באַשולדיקונגען פֿונעם רבֿ אינעם אײַנשטעלן זײַנע פֿרײַנד אויף די שליסל־פּאָזיציעס אין דער קהילה. מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, האָט מען אַפֿילו באַזײַטיקט דעם רבֿ, ווען די פּראָגער ייִדן האָבן אויסגעקליבן אַ נײַע פֿירערשאַפֿט; זײַנע שטיצער האָבן אָבער ווידער איבערגענומען דעם קאָנטראָל און געבראַכט אים צוריק צום אָרט.
סידאָן אַליין און אַ צאָל זײַנע נאָענטע חבֿרים האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו שמועסן מיט דער ייִט״אַ. דער 41־יאָריקער יעקבֿ ראָט, וועלכער האָט געדינט ווי דער וויצע־פֿאָרשטייער אין דער פּראָגער קהילה פֿון 2005 ביז 2008, און געשטיצט סידאָנען, האָט באַמערקט, אַז די רעזיגנאַציע פֿונעם רבֿ איז נישט קיין גרויסער חידוש. ראָט האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו דערקלערט, פֿאַרוואָס דאָס איז געשען.
די פּראָגער קהילה־מנהיגים האָט באַשלאָסן, אַז סידאָנס אָרט וועט פֿאַרנעמען דוד פּעטער, אַ 38־יאָריקער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין פּראָג און האָט שטודירט 13 יאָר אין ישׂראל. אינעם יאָר 2011 האָט ער זיך אומגעקערט אין פּראָג. פּעטר פּאַפּוסער, דער ראָש פֿון דער טשעכישער ייִדישער קהילות־פֿעדעראַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז דער געוועזענער מנהיג וועט אָננעמען די סימבאָלישע פּאָזיציע ווי דער הויפּט־רבֿ פֿון דער טשעכישער רעפּובליק.
סידאָן, אַ 72־יאָריקער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, איז באַקאַנט מיט זײַן בײַסיקן הומאָר און מענטאָרישן טאָן. ווײַט נישט יעדער איז אָבער געווען צופֿרידן מיט זײַן אויפֿפֿירונג, וואָס די קריטיקער שילדערן ווי עגאָצענטיריזם. זײַענדיק אַ זון פֿון אַ קריסטלעכער מאַמע און אַ ייִדישן טאַטן, וועלכער איז אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן אין טערעזין, האָט ער זיך מגייר געווען אינעם יאָר 1978.
ווען סידאָן האָט געדינט ווי אַ רבֿ, האָט ער זיך פֿאָקוסירט אויפֿן בויען אַ פֿרומע קהילה, וואָס דאַרף זיך אויפֿפֿירן על־פּי־הלכה. די ליבעראַלע ייִדן זענען אָבער נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס ער האָט געפּרוּווט „פֿאַרשפּאַרן איינעם אין די אָרטאָדאָקסישע ראַמען‟. זײַנע קריטיקער האָבן פֿאַרשפּרייט דעם קלאַנג, אַז דער פּראָגער בית־דין האָט אים געהייסן, כּלומשרט, צו רעזיגנירן.
מיט אַ טאָג פֿאַר דער רעזיגנאַציע, האָט אַ טשעכישער ייִדישער בלאָג דערציילט, אַז סידאָן האָט פֿאַרלאָזט זײַן פֿרוי און אָנגעהויבן אַ נײַעם ראָמאַן. דער אָבֿ־בית־דין, הרבֿ נח לאַנדסבערג, וועלכער וווינט אין ישׂראל, האָט אָבער באַטאָנט, אַז דער רבֿ האָט שוין לאַנג געבעטן אים צו באַזײַטיקן צוליב פּערזענלעכע פּראָבלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.