דער זשורנאַל „טאַבלעט‟ האָט דעם 20סטן אויגוסט פֿאַרעפֿנטלעכט רפֿי ווײַנבורגס אַרטיקל וועגן די קאָאָפּעראַטיווע רעסטאָראַנען אין ישׂראל. אינעם יאָר 2011, האָבן זיך איבער די ישׂראלדיקע שטעט, אָנהייבנדיק פֿון תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרשפּרייט די געצעלט־פּראָטעסטן — מיט עטלעכע חדשים פֿאַר דער ענלעכער באַוועגונע קעגן וואָל־סטריט אין אַמעריקע. צענדליקער טויזנט מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין די דעמאָנסטראַציעס, האָפֿנדיק אַראָפּצוברענגען די פּרײַזן, מבֿטל צו זײַן די דיסטאַנץ צווישן די אָרעמע און רײַכע, און צו פֿאַרזיכערן בעסער די רעכט פֿון די אַרבעטער.
יפֿעת סולל, די פֿאָרזיצערין פֿון די „קאָאָפּעראַטיוו־אַליאַנץ פֿאַרן סאָציאַלן, עקאָנאָמישן און סבֿיבֿה־יושר‟, האָט דערקלערט, אַז נאָך די מאַסן־פּראָטעסטן האָבן אַ סך ישׂראלים אָנגעהויבן טראַכטן וועגן אַלטערנאַטיווע אונטערנעמונגען, וואָס דערמעגלעכן צו אַנטוויקלען אַנדערע מינים עקאָנאָמיע אינמיטן די ראַמען פֿון דער עקזיסטירנדיקער רעגירונג. אַ קאָאָפּעראַטיוו איז אַ געשעפֿט, וואָס איז באַגרינדעט אויף גלײַכער קאָאָפּעראַציע פֿון די באַטייליקטע, אַנשטאָט דער קאַפּיטאַליסטישער קאָנקורענץ. בערך 30 אַזעלכע אונטערנעמונגען זענען אויפֿגעקומען אין ישׂראל נאָך די געצעלט־פּראָטעסטן, אַרײַנגערעכנט גרויסע קראָמען און אַגענטורן פֿאַר סאָציאַלע דינסטן.
סולל אַליין האָט געגרינדעט, צוזאַמען מיט אַ שותּפֿטע, דעם ערשטן קאָאָפּעראַטיוון רעסטאָראַן אין ישׂראל, וואָס הייסט „בר־קיימא‟ און פֿאַרנעמט דרײַ שטאָקן אין אַ תּל־אָבֿיבֿער בנין. אַחוץ דעם אָרט, וואָס לייגט פֿאָר „וועגאַנער‟ מאכלים, און אַ באַר, געפֿינט זיך דאָרטן אויך אַ געזעלשאַפֿטלעכער צענטער און אַ קלוב פֿון אַקטיוויסטן.
דאַפֿנאַ ברענקעל, סוללס שותּפֿטע, האָט דערצייטל, אַז בעת די געצעלט־פּראָטעסטן האָבן די דעמאָנסטראַנטן אָרגאַניזירט אַ קאָמונאַלע קיך און אַנדערע קאָלעקטיווע פּראָיעקטן. די שאַפֿער פֿונעם רעסטאָראַן האָבן באַשלאָסן, אַז זיי מוזן ווײַזן אַ פּראַקטישן שטענדיקן מוסטער פֿון אַזאַ געשעפֿט. בײַם אָנהייב, האָט דער פּראָיעקט אַרומגענומען בערך 70 מיטגלידער; איצט האָט זייער צאָל דערגרייכט ביז מער ווי 400. יעדער באַטייליקטער מוז איין מאָל באַצאָלן אַ סומע פֿון טויזנט שקל — אַרום 300 דאָלאַר; דערנאָך באַקומט יעדער מיטגליד די גאַראַנטיע צו האָבן דאָס פֿולע רעכט צו ווערן אַ גלײַכרעכטיקער מיטאָרגאַניזאַטאָר פֿון דער אונטערנעמונג, און קאָן באַשליסן, ווי אַזוי צו פֿירן ווײַטער דאָס געשעפֿט, צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע מיטגלידער.
בײַם אָנהייב, האָבן די קאָאָפּעראַטיוו־מיטגלידער זיך פֿאָקוסירט אויפֿן ענין פֿון אָפֿענע דעבאַטן, קאָלעקטיווע קאָמונע־באַשלוסן און עקאָלאָגישע פֿראַגעס. ברענקעל האָט דערקלערט, אַז דער ציל איז געווען צו שאַפֿן „נישט אַ פּיראַמיד, נאָר אַ קרײַז‟. אַלע מיטגלידער באַקומען דעם זעלבן געהאַלט, 28 שקל אַ שעה — מער ווי 8 דאָלאַר. דאָס איז איבער 20 פּראָצענט גרעסער, ווי די דורכשניטלעכע שׂכירות אינעם לאַנד.
ווען אילן פּלד האָט זיך באַטייליקט אינעם קאָאָפּעראַטיוו און געוואָרן דער שעף־קעכער פֿונעם רעסטאָראַן, מיט אַ יאָר צוריק, האָט די אונטערנעמונג זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ פּאָליטישער באַוועגונג אין אַ צוציִעוודיק אָרט, וווּ די באַזוכער קאָנען אויסקלײַבן געשמאַקע מאכלים פֿון אַ פּשוטן, אָבער אַ געשמאַקן, מעניו, אויפֿן סמך פֿון דער פּאַרעווער וועגאַנער דיעטע.
מע איז זיך משער, אַז 80 פּראָצענט פֿון די נײַע רעסטאָראַנען אין ישׂראל פֿאַלן דורך במשך פֿון די ערשטע פּאָר יאָר. „בר־קיימא‟ האָט דעם איצטיקן זומער געפּראַוועט דעם צווייטן יוביליי. די אונטערנעמונג בליט און אַנטוויקלט זיך ווײַטער. דער צוועק איז סטאַביליטעט און גלײַכקייט, נישט רווח.
ברענקעל האָט באַטאָנט, אַז די באַטייליקטע האָפֿן צו פֿאַרשפּרייטן דעם געדאַנק אין דער גאָרער וועלט. זי האָט צוגעגעבן, אַז קיין רעוואָלוציע קאָן פֿון אַזאַ פּראָיעקט נישט אַרויסקומען, אָבער מע קאָן מערקווירדיק משפּיע זײַן אויף דער גאַנצער סיסטעם פֿון רעסטאָראַן־געשעפֿטן. צוויי ענלעכע רעסטאָראַנען האָבן זיך שוין געעפֿנט אין קריית־שמונה און חיפֿה, און דעם דריטן קלײַבט מען זיך צו עפֿענען אין סעפּטעמבער אין ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.