מיט אַ חודש צוריק האָבן 82% פֿון די ייִדן אין ישׂראל געשטיצט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו — אַ ממשותדיקער אויפֿטו אין דער קריגערישער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון לאַנד.
צוויי וואָכן שפּעטער האָבן אָבער בלויז 55% געהאַלטן פֿון אים, און דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, ערבֿ דעם פֿײַער־איבעררײַס, איז עס שוין געשטאַנען בײַ 38%. אַ העלפֿט פֿונעם לאַנד האָט נישט געהאַלטן פֿון זײַנע אַקציעס.
פֿאַר וואָס אַזאַ פּלוצעמדיקער ירידה? במשך פֿון די 50 טעג פֿונעם קאָנפֿליקט מיט עזה, האָט נתניהו זיך באַמיט, מער פֿון אַלץ, אַרויסצוּווײַזן כּוח און פֿעסטקייט, איבערחזרנדיק כּסדר, אַז ער וועט קיין מאָל נישט נאָכגעבן די זיכערהייט פֿון ישׂראל.
אין יולי האָבן ס׳רובֿ ישׂראלים אים, אַ פּנים, געגלייבט. נאָך דעם ווי „כאַמאַס‟ האָט איבערגעריסן אָדער אָפּגעוואַרפֿן אַ ריי פֿאָרשלאָגן פֿאַר אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד, האָט נתניהו אַרײַנגעשיקט די צה״ל־כּוחות אין עזה, כּדי צו פֿאַרטיליקן די טונעלן־נעץ פֿון „כאַמאַס‟. אַ סך ישׂראלים האָבן באַטראַכט די טונעלן פֿאַר אַ ריזיקער סכּנה פֿאַרן לאַנד.
צוויי טעג נאָך דעם ווי אַן אַנקעטע פֿונעם 23סטן יולי האָט געוויזן, אַז 82% פֿון די ישׂראלים שטיצן נתניהו, האָט דער פּרעמיער אָפּגעוואָרפֿן דעם פֿאָרלייג פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי אויף אַ פֿײַער־איבעררײַס, ווײַל עס האָט איגנאָרירט ישׂראלס פֿאָדערונג צו אַנטוואָפֿענען „כאַמאַס‟.
דעם 5טן אויגוסט האָבן שוין בלויז 63% ישׂראלים אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר נתניהו. ישׂראל האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַם צוריקציִען די כּוחות פֿון עזה און אָנגעהויבן אַ דרײַ־טאָגיקן וואָפֿן־שטילשטאַנד מיט „כאַמאַס‟. ירושלים האָט אַפֿילו אומדירעקט דורכגעפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיט פֿאָרשטייער פֿון „כאַמאַס‟ אין קאַיִר. אמת, די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָבן זיך טאַקע אומגעקערט, און די טונעלן האָט מען צעשטערט, אָבער קיין גאַראַנטיעס, אַז „כאַמאַס‟ וועט ווידער נישט אָנהייבן שיסן ראַקעטן, האָט מען נישט געהאַט.
די שפּאַרבערישע מיטגלידער פֿון נתניהוס קאָאַליציע האָבן ווײַטער גערופֿן צו אַ נאָך שטאַרקערן אַטאַק אויף „כאַמאַס‟, בעת די לינק־געשטימטע האָבן געוואָלט, אַז נתניהו זאָל באַנײַען דעם שלום־פּראָצעס מיטן פּרעזידענט פֿון דער „פּאַלעסטינער אינסטאַנץ‟, מאַכמוד אַבאַס. נתניהו האָט ביידע זאַכן נישט געטאָן.
ביזן 25סטן אויגוסט, ווען די לעצטע אַנקעטע האָט אָנגעוויזן, אַז בלויז 38% שטיצן נתניהו, האָבן די וואָכן־לאַנגע פֿאַרהאַנדלונגען מיט „כאַמאַס‟ נישט געבראַכט קיין שום רעזולטאַטן לטובֿת ישׂראל. דערווײַל האָט מען ווידער אָנגעהויבן שיסן ראַקעטן פֿון עזה, און אַ 4־יאָריק ייִנגעלע אין אַ דרומדיקן קיבוץ איז דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ ראַקעט־אַטאַק אין אַ קיבוץ לעבן עזה. אַנשטאָט נאָכצוגעבן דעם רעכטן פֿליגל, אָדער דעם לינקן, האָט נתניהו גערופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וווּ ער האָט געהייסן ביידע צדדים שווײַגן.
אין פֿאַרגלײַך מיט די שפּאַרבערס פֿון רעכטס, וואָס האָבן גערופֿן ישׂראל צו פֿאַרניכטן „כאַמאַס‟, און די לינקע, וואָס האָבן געוואָלט, אַז ישׂראל זאָל אָננעמען ממשותדיקע דעפּלאָמאַטישע שריט מיט די מעסיקע פּאַלעסטינער, האָט נתניהו אויסגעזען שוואַך און אומבאַהאָלפֿן.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס נתניהו מאַכט אַזאַ אײַנדרוק. אינעם ערשטן יאָר פֿון זײַן קאָאַליציע־רעגירונג, חדשים פֿאַרן אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָבן נתניהוס קלענערע קאָאַליציע־פֿראַקציעס אויף רעכטס און אויף לינקס אַליין אָנגעפֿירט מיט די הויפּט־איניציאַטיוון פֿון דער רעגירונג. דער פּרעמיער איז, אַ פּנים, געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין סתּם אָנצוהאַלטן דעם סטאַטוס קוואָ.
אויב דער וואָפֿן־שטילשטאַנד האַלט טאַקע אָן, וועט נתניהוס פּאָפּולאַריטעט אפֿשר ווידער שטײַגן. פֿון אַ פּאָליטישן קוקווינקל איז ער שוין אָבער סײַ־ווי אויף צרות. נאָך פֿאַר דער מלחמה האָט זײַן „ליכּוד‟־פּאַרטיי זיך צעשפּאָלטן, ווען „ישׂראל ביתינו‟ האָט פֿאַרלאָזט די רעגירונג, און דערנאָך האָט „ליכּוד‟ פֿאַרלוירן נאָך אַן אָרט אין כּנסת, ווען איינער פֿון אירע דעפּוטאַטן האָט אָנגענומען אַ פּאָסטן ווי אַמבאַסאַדאָר פֿון UNESCO, און דאָס אָרט האָט פֿאַרנומען אַ דעפּוטאַט פֿון „ישׂראל ביתינו‟.
הײַנט האָט „ליכּוד‟ בלויז 19 ערטער — די זעלבע צאָל ווי די צענטריסטישע פּאַרטיי „יש עתיד‟, דערבײַ זײַענדיק די קלענסטע הערשנדיקע פּאַרטיי אין דער געשיכטע פֿון לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.