(די 2 טע זײַט פֿון 4)
פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם, אָבער איך האָב זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ שווער געמיט, ביז מיר זײַנען צוריקגעקומען קיין אַמעריקע.
זעט אויס, אַז דער זאָג האָט מיך געטראָגן צוריק אין אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב זיך דאָראָבעט צום צווייטן באַקאַלאָריאַט. דער ערשטער איז געקומען פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר, און פֿון דעמאָלט אָן בין איך אַרײַן אין קאָלומביע אוניווערסיטעט אין פּאָסט־גראַדויִר־פּראָגראַם און גענומען אַרבעטן אויף מײַן מאַגיסטער און דאָקטאָראַט.
און דאָ קום איך צום רעכטן־געדעכטן. העלפֿט גאָט און די ייִדיש־פּראָגראַם איז געווען באַזעצט פֿון אַ פּאָר פּראָפֿעסאָרן וואָס ייִדיש ווי אַ שפּראַך איז זיי געלעגן אין דער לינקער פּיאַטע. פֿאַרקערט, זיי זײַנען בכלל נישט געווען פאַראינטערעסירט אין אויפֿבויען אויפֿסנײַ אַ ייִדיש־קאַטעדרע נאָך דער פּטירה פֿון אוריאל ווײַנרײַכן. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז איינער פֿון זיי האָט פֿײַנט געהאַט זײַן מאַמען וועלכע האָט גערעדט לויטער ייִדיש, דער צווייטער ווידער איז געווען אַן ישׂראלי, געמאַכט אַ לעבן פֿון לערנען ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש, אָבער די שפּראַך אַליין איז אים ווייניק וואָס אָנגעגאַנגען.
ער איז אויך געווען גענייגט צו פֿאַרזיכערן די דאָקטאָראַטן דעם מענערישן מין; עפּעס האָט אים געשטערט צו אַנערקענען דעם ווײַבלעכן מין — אפֿילו די פֿעיִקסטע פֿון זיי. ער איז טאַקע געווען איינער פֿון אַ קנאַפּן קאָמיטעט, וואָס האָט פֿאַרמאָגט די מאַכט סײַ צו אַנערקענען און סײַ צו בראַקירן די דאָקטאָראַטן.
האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז אין די אַכציקער יאָרן זײַנען מיר געווען געווען אין זעלבן עלטער, קוים אַריבער די פֿערציקער. איך האָב דערווײַל פֿאַרענדיקט אַלע מײַנע גראַדויִר־קורסן און געהאַלטן בײַם מינדלעכן עקזאַמען.
פֿאַרהאַלט מיך דער פֿויגל נאָך די קלאַסן און דערלאַנגט מיר אַזאַ פּאָרציע:
„הער מיך אויס, טײַערינקע! איך בין איינער, וואָס וועט בײַזײַן בײַ די מינדלעכע עקזאַמענס ווען עס וועט זיך האַנדלען וועגן דײַן דאָקטער־טיטל, דעריבער וואָרן איך דיך אין פֿאָרויס אַז איך פּערזענלעך וועל דיך נישט צולאָזן, איך וועל דיך פּערזענלעך צעקאַליעטשען, איך וועל דיר שטערן, כאָטש דײַן אַרבעט איז ערשטקלאַסיק, אָבער דו ביסט צו אַלט. דו וועסט קיין מאָל נישט באַקומען קיין שטעלע אין קיין איין אוניווערזיטעט אין לאַנד, קיינער וועט דיך נישט צולאָזן צו דער לערערײַ. ווייסט פֿאַרוואָס? ווײַל מען זוכט בלויז יונגע דאָקטאָראַטניקעס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.