צוויי מוסולמענישע מיידלעך — אַ 15־יאָריקע און אַ 17־יאָריקע — זענען אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר פּלאַנירן אַ זעלבסטמערדערישן אַטאַק אויף אַ שיל אין ליאָן, פֿראַנקרײַך.
די מיידלעך זענען פֿאַרהאַלטן געוואָרן מיט אַ וואָך צוריק, נאָך דעם ווי די פּאָליציי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער אינטריגע אויפֿצורײַסן די „גרויסע שיל‟, האָט אַ קוואַל פֿונעם „היימלאַנד־אויסשפּיר־דירעקטאָראַט‟ איבערגעגעבן דער פֿראַנצייזישע נײַעס־וועבזײַט JSS.
די מיידלעך האָבן זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים, און בלויז קאָמוניקירט דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ, האָט דער קוואַל געזאָגט. זיי זענען פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן דעם 22סטן אויגוסט אין קאָנספּיראַציע צו באַגיין אַ טעראָריסטישן אַטאַק.
„די מיידלעך זענען אַ טייל פֿון אַ נעץ יונגע איסלאַמיסטן, וואָס די זיכערהייט־כּוחות האַלט אויף זיי אַן אויג,‟ האָט דער קוואַל געזאָגט.
לויט אַ באַריכט אין דער „איי־פּי‟, זענען די מיידלעך צוויי פֿון בערך 60 מענטשן אין פֿראַנקרײַך, וועלכע ווערן אויסגעפֿאָרשט אינעם האָבן קרימינעלע פֿאַרבינדונגען מיט אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע. די זיכערהייט־אַגענטור איז שטאַרק באַזאָרגט וועגן דער ראַדיקאַליזאַציע פֿון דער יוגנט דורך דער אינטערנעץ, בפֿרט נאָך דער פֿאַרשפּרייטונג לעצטנס פֿון ווידעאָס, וואָס די דזשיהאַד־גרופּעס, ווי ISIS, האָבן געשאַפֿן.
ליאָן, די דריט־גרעסטע שטאָט אין פֿראַנקרײַך, געפֿינט זיך אינעם מיזרח־צענטראַלן טייל פֿון לאַנד, בערך 300 מײַל פֿון פּאַריז.
אין אַ דערקלערונג, אַרויסגעלאָזט דורך דער אינטערנעץ, האָט BNVCA, אַ פֿראַנצייזישע וואַך־אָרגאַניזאַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, באַמערקט, אַז די שילן זענען געוואָרן פּאָפּולערע צילן פֿאַר די איסלאַמיסטן און טעראָריסטן.
„די עקסטרעמע מיטלען, וואָס מע האָט לעצטנס אָנגענומען צו באַוואָרענען די סינאַגאָגעס, האָבן שיִער נישט פֿאַרוואַנדלט די בנינים אין פֿעסטונגען,‟ האָט די אָרגאַניזאַציע באַטאָנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.