ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 04, 2014, issue of September 26, 2014.

לאָרנאַ סמיט
לאָרנאַ סמיט

ייִדיש־קלאַסן בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟

די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟ וועט אין גיכן אָנהייבן אַ נײַע סעריע קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. ייִדיש פֿאַר אָנהייבער וועט לערנען לאָרנאַ סמיט יעדן דינסטיק, 7 אַזייגער אין אָוונט. ייִדיש פֿאַר מיטנדיקע סטודנעטן וועט לערנען שילאַ וויט, יעדן דינסטיק, 7 אַ זייגער אין אָוונט, אָנהייבנדיק פֿונעם 7טן אָקטאָבער. ייִדיש פֿאַר די אַוואַנסירטע סטודענטן וועט לערנען לאָרנאַ סמיט יעדן מאָנטיק, זיבן אַ זייגער אין אָוונט. דער קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועט זיך טרעפֿן 12 מאָל, אָנהייבנדיק פֿונעם 12טן סעפּטעמבער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט קערין ביקסין 2627 345 514, צוגאָב־נומער 3006 אָדער Karen.biskin@jplmontreal.org.

ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז

דער ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז וועט זיך צונויפֿקומען מיטוואָך, דעם 10טן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, אין דער שיל „אנשי חסד‟ (251 וועסט 100ע גאַס אין מאַנהעטן). נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט לאה ראָבינסאָן 2069 663 212 אָדער שרײַבט Cnydorf@aol.com.

רעפֿעראַט וועגן שמערקע קאַטשערגינסקי

בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס, ניו־יאָרק (3301 ביינברידזש עוויניו) וועט ד׳׳ר דוד פֿישמאַן האַלטן אַ רעפֿעראַט, „נע־ונד: די גילגולים און וואַנדערונגען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי‟. אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן די מוזיקערס סאַשאַ לוריא און איליע שנייווייס פֿון ריגע. די פּראָרגראַם קומט פֿאָר זונטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, 1:30 בײַ טאָג. דער אַרײַנטרעט קאָסט 3.50$ פֿאַר יחידים און איז אומזיסט פֿאַר מיטגלידער און סטודענטן.

ייִדישער פֿילם אין באָסטאָן

זונטיק, דעם 14טן סעפּטעמבער, 2 אַ זייגער אין אָוונט, וועט מען אין באָסטאָן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „ווילנע, מײַן ווילנע‟ וועגן דעם ייִדישן שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש. בײַ דער ווײַזונג, וואָס וועט פֿאָרקומען בײַם „אַרבעטער־רינג‟ (1762 ביקאָן, ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס) וועט דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם און „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער געבן אַן ארײַנפֿיר און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס.

יזכּור־אַקאַדעמיע פֿון „נוסח־ווילנע‟

יאַטקעווער־גאַס אין ווילנע, 1930ער יאָרן
יאַטקעווער־גאַס אין ווילנע, 1930ער יאָרן

זונטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער, 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט אין זאַל פֿונעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט פֿאָרקומען די יערלעכע הזכּרה נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן פֿון ווילנע און אומגעגנט. די צוויי־שפּראַכיקע יזכּור־אַקאַדעמיע ווערט אָנגעפֿירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „נוסח־ווילנע‟. אין דער פּראָרגראַם וועט רות באַראַן־דזשעראָלד פֿאָרלייענען פֿון דער חורבן־ליטעראַטור און די זינגערין יעלענאַ שמולענסאָן וועט זינגען לידער פֿונעם ווילנער געטאָ. בײַ דער פּיאַנע - בנימין שעכטער. אָנצינדן ליכט וועט זאָראַ שיבוק, און מנחם קײַזער וועט דערציילן וועגן זײַן נײַער אינטעראַקטיווער דיגיטאַלישער מאַפּע פֿון דער ווילנער־געטאָ. אליה פּאַלעווסקי וועט זײַן דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּראָגראַם.