ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 04, 2014, issue of September 26, 2014.

באָליוויע: אַ ספּעציעלע װיזע פֿאַר ישׂראלים

ישׂראלים װעלן דאַרפֿן באַקומען אַ ספּעציעלע װיזע צו באַזוכן באָליװיע. דער פּרעזידענט עװאָ מאָראַלעס, װאָס האָט שוין אין 2009, װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם דעמאָלטיקן קאָנפֿליקט אין עזה, איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, האָט לעצטנס דערקלערט, אַז ישׂראל איז אַ טעראָריסטישע מדינה, װאָס רעספּעקטירט ניט קיין מענטשנרעכט, און לייקנט די רעזאָלוציעס, און די סטאַטוטן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. אַרום 12,000 ישׂראלים באַזוכן יערלעך באָליװיע, די מערהייט — יונגע לײַט, װאָס שפּאַצירן איבער דרום־אַמעריקע נאָך זייער מיליטער־דינסט. נאָך דעם באַשלוס װעט אָנקומען זייער שװער צו באַקומען אַ טוריסטן־װיזע.


בויקאָטירן דאַרף מען געווער און ניט קולטור

כאָאַקין סאַבינאַ איז אַ שפּאַנישער זינגער, װאָס װעט אויפֿטרעטן די טעג אין בוענאָס־אײַרעס. ער איז באַרימט פֿאַר זײַנע לידער װאָס דערציילן װוּנדערלעכע מענטשלעכע געשיכטעס. ער האָט אָנגעהויבן זײַן דרום־אַמעריקאַנער טור אין טשילע, װוּ די פּאַלעסטינער גרופּעס, װאָס װוינען דאָרט זינט 1948, האָבן דעמאָנסטרירט און בויקאָטירט זײַן קאָנצערט, װײַל ער האָט באַזוכט ישׂראל אין 2012 און 2014, און דאָרט אויפֿגעטראָטן מיטן קאַטאַלאַן זאָאַן מאַנועל סעראַט. סאַבינאַ האָט דערקלערט, אַז קונסט דאַרף זײַן אַ בריק צװישן פֿעלקער, און אַז בויקאָטירן דאַרף מען געװער און ניט קולטור.


פֿאַרשטאַרקן דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם

אַלבערטאָ סילעאָני, דערציִונג־מיניסטער פֿון אַרגענטינע האָט דערקלערט, אַז אויב מען װעט באַשטעטיקן, אַז דער אַנטיסעמיטיזם האָט זיך פֿאַרשטאַרקט לעצטנס, װעט מען מוזן אויך פֿאַרשטאַרקן די דערציִונג אינעם קאַמף קעגן די, װעלכע קעמפֿן קעגן דער פֿרײַנדשאַפֿט און ברידערלעכקייט.


דער גובערנאַטאָר האָט צוגעזאָגט אָנצונעמען מיטלען

Courtesy of www.daia.org.ar

דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, כוליאָ שלאָסער (רעכטס), האָט זיך געטראָפֿן מיטן גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, דניאל סיאָלי (לינקס). דער ציל פֿון דער טרעפֿונג איז געװען איבערגעבן דעם אומרו פֿונעם ייִשובֿ, אין שײַכות מיט דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם. דער גובערנאַטאָר האָט צוגעזאָגט כוליאָ שלאָסערן אָנװענדן אַלע מיטלען אויסצומײַדן אָנגריפֿן אויף ייִדן און ייִדישע אינסטיטוציעס.


צוזאַמענקום פֿאַר נאַציאָנאַלע סטראַטעגיעס

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז געװען די פֿאָרשטייערין פֿון אַרגענטינע אינעם 2טן צוזאַמענקום פֿאַר נאַציאָנאַלע סטראַטעגיעס פֿון אימפּרעזעס און מענטשנרעכט, װאָס די שפּאַנישע אַגענטור פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלער קאָאָפּעראַציע האָט דורכגעפֿירט אין סאַנטאַ קרוז דע לאַ סיעראַ, באָליװיע, דעם 4טן סעפּטעמבער. אַ 60 פֿאָרשטייער האָבן זיך באַטייליקט און פֿאָרגעשטעלט זייערע דערגרייכונגען אויף די געביטן פֿון קאָאָפּעראַציע, מענטשנרעכט פֿון די אַמעריקאַנער פּרימיטיװע פֿעלקער, בײַטראָגן פֿאַר דער דערציִונג פֿון פּריװאַטע אונטערנעמער. די קהילה האָט פֿאָרגעשטעלט אירע פּראָגראַמען אויפֿן געביט פֿון סאָציאַלער הילף, קולטור און צוגרייטן אַרבעטלאָזע פֿאַר נײַע פּאָסטנס.


דער נײַער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר — אַ דרוז

דער דרוז רעדאַ מאַזור, אַ פּאָעט און אַ היסטאָריקער, איז דער נײַער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין בראַזיל. ער איז דער ערשטער מוסולמענישער דיפּלאָמאַט, װאָס װעט פֿאַרנעמען אַזאַ אַמט. אַ געבוירענער אין 1965 אינעם דאָרף יספֿיאַה, האָט ער דורכגעמאַכט זײַן אַקאַדעמישע קאַריערע אין חיפֿה און אין האַרװאַרד, און האָט כּסדר געאַרבעט פֿאַרן דיאַלאָג און קולטורעלער מיטאַרבעט צװישן ייִדן און אַראַבער. ער האָט געלערנט שפּאַניש אין סאַלאַמאַנקאַ און געװען אַ דיפּלאָמאַט אין פּאָרטוגאַל.


אַ דורכפֿאַל פֿון כּמו־ייִדישן קינסטלער מאָני אָװאַדיע

דער בולגאַרישער ייִדישער קינסטלער מאָני אָװאַדיע, װאָס װוינט אין איטאַליע, איז אויפֿגעטראָטן דעם 30סטן און 31סטן אויגוסט מיט זײַן ספּעקטאַקל „עולם, גולם‟ אין דעם מוניציפּאַלן טעאַטער סאַן מאַרטין, וווּ דער עולם האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל. איבער 1,000 מענטשן האָבן געװאָלט אויף יעדער פֿאָרשטעלונג הערן זײַן קאָנצערט און זײַנע אַנעקדאָטן װעגן ייִדישן טעאַטער, אָבער זיי זײַנען אַרויס אַנטוישט פֿון זײַנע לאַנגע מעשׂיות, אָן געשמאַק, די אַלטע נאַרישע װיצן און זײַנע לידער, װוּ מען האָט כּמעט ניט געקענט פֿאַרשטיין װאָס ער זינגט.

שבת האָט אַ גרויסער טייל פֿון עולם פֿאַרלאָזט דעם זאַל אין מיטן ספּעקטאַקל, װאָס האָט זיך געצויגן איבער 3 שעה אָן איבעררײַס. דאָס איינציקע װאָס ס‘האָט אַ ביסל אָפּגעראַטעװעט דעם אָװנט, איז געװען די קװאַליטעט פֿון זײַנע מוזיקער. און אַלץ װערט פֿאַרקויפֿט אין נאָמען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. לאָמיר האָפֿן, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ וועט אים ניט פֿאַרבעטן איבער אַ יאָר, װען זי װעט פֿײַערן אירע 100 יאָר.


קינדער פֿון שארית־הפּליטה מערקן אָפּ אָנהייב פֿון צווייטער וועלט־מלחמה

אויף דער טעמע „פֿאַרמעסטן פֿונעם זכּרון אויף אַ װעלט אָן עדות‟, האָט דער יונגער דור פֿון דער שארית־הפּליטה דערמאָנט אין זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה דעם 1טן סעפּטעמבער, די דאַטע פֿונעם אויסברוך פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמח. עס האָבן זיך באַטייליקט דיאַנאַ װאַנג, אָנפֿירערין פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַרגענטינע; דער פֿאָרזיצער פֿון חורבן־מוזיי אין בוענאָס־אײַרעס, קלאַודיאָ אַװרוך; אַלעכאַנדראַ טאָלקאַטשיער, דירעקטאָרין פֿון לעבנסמאַרש, װאָס אָרגאַניזירט באַזוכן פֿון הונדערטער יוגנטלעכע אין טויטלאַגערן, און סילװיאַ האַנסמאַן, דירעקטאָרין פֿון ייִװאָ־ארכיװ.

אַלע האָבן דערציילט װעגן זייערע באַמיִונגען אויפֿן דערציִערישן פֿעלד אין אַ צײַט, װען עס לעשן זיך אויס די לעבעדיקע עדות פֿונעם חורבן.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.