דעם 4טן סעפּטעמבער, בײַ 81 יאָר, איז געשטאָרבן די קאָמיקערין דזשאָון ראָזענבערג, באַקאַנט מיט איר בינע־פּסעוודאָנים דזשאָון ריווערס. מיט אַ וואָך פֿריִער, האָט זי געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק און נישט איבערגעלעבט אַן אָפּעראַציע. באַקאַנט מיט איר שאַרפֿן און בולטן הומאָר, וואָלט זי געקאָנט, מסתּמא, זיך וויצלען וועגן איר אייגענער פּלוצעמדיקער קראַנקייט און אומדערוואַרטן טויט. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט זי געטענהט פֿאַרן עולם, אַז געוויסע עלעמענטן פֿון איר אַנאַטאָמיע „הענגען אַראָפּ‟, פּרטימדיק באַשריבן גאַנץ אינטימע מעדיצינישע פּראָבלעמען, און פֿלעגט אין די לעצטע יאָרן טרײַבן „נעקראָלאָג־חוזק‟ וועגן זיך, ווי זי האָט זיך אַליין אויסגעדריקט.
ריווערס פֿלעגט כּסדר אָנרירן סתּירותדיקע טעמעס, וועלכע האָבן אַרויסגערופֿן אומאָנגענעמע געפֿילן בײַ אַ טייל מענטשן. למשל, דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זי באַמערקט וועגן דער דײַטשישטער מאָדעלקע הײַדי קלום, אין שײַכות מיט דעם טעלעוויזיע־סעריאַל „מאָדע־פּאָליציי‟, אַז „צום לעצטן מאָל האָבן די דײַטשישע פֿרויען אויסגעזען אַזוי סעקסועל, ווען זיי האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן די ייִדן אין די אויוונס‟. אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, האָט דעמאָלט פּראָטעסטירט קעגן אַזאַ מין הומאָר און באַטאָנט, אַז ווען אַ ייִדישע פֿרוי זאָגט עס, קלינגט עס באַזונדערס ציניש און וווּלגאַר.
ריווערס, וועלכע פֿלעגט אויפֿטרעטן בכּיוון ווי אַן עלטערע ייִדישע מאַמע מיט אַ שווערן כאַראַקטער, אַ געפֿערלעך שטרענגע „יענטע‟, האָט אויף פֿאָקסמאַנס טענה געענטפֿערט, אַז איר מאַן האָט פֿאַרלוירן ס׳רובֿ זײַנע קרובֿים בעת דעם חורבן, דערפֿאַר דערמאָנט זי אַלעמאָל די ייִדישע טראַגעדיע דורך וויצן. זי האָט דעמאָלט נישט דערמאָנט די גאַנצע מעשׂה, וואָס האָט פּאַסירט מיט איר מאַן, עדגאַר ראָזענבערג. בעת דער מלחמה, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד קיין האָלאַנד, און דערנאָך קיין דרום־אַפֿריקע. צוליב אַ ריי ערנסטע מעדיצינישע פּראָבלעמען, פֿאַרבונדן מיט זײַנע מלחמה־וואַנדערונגען, האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן אינעם יאָר 1987.
ריווערס האָט זיך תּמיד באַצויגן צו אַזעלכע לעבנס־טראַגעדיעס ווי אַ קוואַל פֿון וויצן און אַ סימן פֿון אָפּטימיזם. ווײַט נישט אַלע צוהערער האָבן אָבער געקאָנט פֿאַרטראָגן אַזאַ סטיל.
די קאָמיקערין איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1933 אין ניו־יאָרק; איר מיידלשער נאָמען איז געווען מאָלינסקי. אין אירע זכרונות דערציילט זי, אַז די קאַריערע פֿון אַ ייִדישער קאָמעדיאַנטקע איז, בײַם אָנהייב, אָנגעגאַנגען גאַנץ שווער. ריווערס אַליין האָט נישט געאַרט, אַז נישט יעדער האָט ליב אירע גראָבע וויצן. אַזוי צי אַזוי, איז טאַקע גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ווען זי וואָלט געוווּסט פֿריִער וועגן איר אייגענער פּלוצעמדיקער פּטירה, וואָלט זי עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ סיבה חוזק צו מאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.