אויפֿן אויבערשטן שטאָק פֿונעם ווינער ייִדישן מוזיי געפֿינט זיך אַ סקלאַד פֿון שיינע שילדן און מענטעלעך פֿאַר ספֿר־תּורות, פּרעכטיקע זילבערנע און גאָלדענע שטוב־חפֿצים, און אַנדערע טײַערער מתּנות, וואָס די פֿאַרמעגלעכע מנדבֿים האָבן אָפּגעגעבן דעם מוזיי, כּדי צו באַקענען די באַזוכער מיט דער רײַכער קולטור פֿון די עסטרײַכישע ייִדן. אינעם ווינקל שטייט אָבער אינעם זעלבן סקלאַד גאָר אַן אַנדערע זאַמלונג — פֿון אַנטיסעמיטישע סוּווענירן. למשל, אַ גראָטעסק־פֿיגור פֿון אַ מין טײַוול — אַ נאַקעטער, מיט הערנער און אַן אַרויסגעשטעקטן מענערישן אבֿר, וואָס דערמאָנט אין אַ ייִד.
צווישן אַ גאַנצער ריי אַזעלכע עקספּאָנאַטן וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ גאַנצע זאַמלונג פֿון הילצערנע שפּאַציר־שטעקנס באַצירט מיט הענטלעך, וואָס זעען אויס ווי אַן אויסגעקרימט ייִדיש פּנים מיט גרויסע אויערן, גרויסע גלאָצנדיקע אויגן און ריזיקע שנאָבל־אַרטיקע נעזער. אַ טייל פֿון די חפֿצים — סטאַטועס, טעלערס, קווערטלעך, קרוגן — זענען גאַנץ גרויס, אַ פּאָר פֿוס די הייך. אַ טייל אַנדערע זענען פּיצל־קליינע.
דער פֿאַרגאַנגענער זומער, ווען איך האָבן באַזוכט דעם מוזיי און איבערגעקוקט די אַנטיסעמיטישע עקספּאָנאַנטן, איז פֿאַר מיר, דער הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿונעם Forward, געווען באַזונדערס שווער. טויזנטער מענטשן זענען אומגעקומען אין דער מלחמה אין עזה; און אין אייראָפּע האָט זיך צוליב דעם אָנגעהויבן אַ נײַע כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם.
וואָס האָט מיך אָבער צום מערסטן פֿאַרחידושט, איז דער צוועק פֿון דער אומגעוויינטלעכער קאָלעקציע. ס׳זעט אויס, אַז דער זאַמלער האָט געוואָלט ווײַזן, אַז אין דער וועלט האָט מען תּמיד פֿײַנט געהאַט ייִדן, האָט מען פֿײַנט נאַך אַלץ, און אַז מע וועט זיי אייביק האַסן. מאַרטין שלאַף, דער 61־יאָריקער מענשט, וועלכע האָט מנדבֿ געווען די זאַמלונג, איז איינער פֿון די רײַכסטע אין עסטרײַך — און אויך איינער פֿון די סתּירותדיקסטע פּערזענלעכקייטן.
שלאַף איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה; זײַן טאַטע איז געווען אַ באָבאָווער חסיד, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכער האָט זיך פֿאַרנומען מיט געראָטענע געשעפֿטן נאָכן חורבן. די משפּחה איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל הויכע געלט־סקאַנדאַלן.
אין אַ ווידעאָ־שמועס מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם מוזיי דערקלערט שלאַף, אַז ער האָט געזאַמלט 5,000 עקספּאָנאַנטן, וואָס אילוסטרירן די עקלדיקע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, „כּדי די אַנדערע זאָלן זיי נישט קריגן, ווי אויך כּדי זיך צו באַפֿרידיקן מיט מײַן אייגענער משפּחה־געשיכטע‟. די חפֿצים, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן אָנהייב דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, קומען פֿון דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. אַחוץ אַנטיסעמיטיזם, זענען אין יענער תּקופֿה בכלל געווען פֿאַרשפּרייט כּלערליי ראַסיסטישע סטערעאָטיפּישע אימאַזשן.
דניאלה שפּעראַ, די דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי, האָט געפֿרעגט שלאַפֿן, צי ער מיינט נישט, אַז אַזאַ זאַמלונג, בפֿרט אַרויסגעשטעלט אין אַ ייִדיש אָרט, וועט ווײַטער קאָנען אויפֿרייצן אַנטיסעמיטישע שטימונגען. דער זאַלמער האָט געענטפֿערט, אַז „קיינער וועט נישט ווערן אַן אַנטיסעמיט פֿונעם קוקן אויף אַן אַשטעצל‟.
מע קאָן טאַקע זאָגן, אַז די באַזוכער וועלן זיך פֿאַרטראַכטן און שטרעבן אַליין פּטור צו ווערן פֿון ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן. אַדרבה, אַ וועלטלעכער ייִד קאָן זיך אויך אויפֿכאַפּן, קוקנדיק אויף אַזעלכע שילדערונגען, אַז אין זײַן אייגענעם האַרץ באַהאַלטן זיך סתּירותדיקע געפֿילן לגבי די פֿרומע, מיט זייערע שוואַרצע היט, לאַנגע בערג און ווילדער זשעסטיקולאַציע. אַזוי צי אַזוי, האָט די זאַמלונג אויף מיר געמאַכט אַן אומאָנגענעמען רושם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.