איז דאָס ברענגען אַ פּיסטויל אין שיל אַ גוטער געדאַנק?

Does Carrying a Gun to Synagogue Make It Safer?

צוויי געוועזענע פּאָליציאַנטן, דוד גאָלדבערג (רעכטס) און גאַרי מאָסקאָוויץ, פּראַקטיצירן אַנטי־טעראָריסטישע טעכניקן אין קווינס, נ״י
Courtesy of Gary Moskowitz
צוויי געוועזענע פּאָליציאַנטן, דוד גאָלדבערג (רעכטס) און גאַרי מאָסקאָוויץ, פּראַקטיצירן אַנטי־טעראָריסטישע טעכניקן אין קווינס, נ״י

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published September 09, 2014, issue of September 26, 2014.

ווען איר דאַוונט אין אַ שיל, צי ווייסט איר, צי דער מענטש וואָס זיצט לעבן אײַך טראָגט אפֿשר אַ פּיסטויל אין קעשענע? אין געוויסע שטאַטן איז זייער מעגלעך, אַז יאָ.

דער ראַבינער אַנטאָני פֿראַטעלאָ פֿונעם טעמפּל „שערי שלום‟ אין בוינטאָן־ביטש, פֿלאָרידע, האָט איבערגעגעבן, אַז די איינציקע מתפּללים, וועלכע טראָגן געווער אָפֿענערהייט אין זײַן שיל זענען אַ פּאָר פּאָליציאַנטן. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז אויב געוויסע מתפּללים קומען שטילערהייט מיט א פּיסטויל, וואָלט עס אים נישט פֿאַרחידושט, הגם ער וואָלט לאַוו־דווקא געווען צופֿרידן מיט דעם.

בעת עס דערנענטירן זיך די ימים־נוראָים, זאָרגן זיך אַ טייל שילן וועגן זיכערהייט, צוליב דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע און דער אָנגעשטרענגטער אַטמאָספֿער נאָך דער אַנומלטיקער מלחמה איז עזה. לעצטנס זענען אין ניו־יאָרק און אין לאָס־אַנדזשעלעס פֿאָרגעקומען אַ צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. מיט פֿינף חדשים צוריק האָט אַ באַוואָפֿנטער ראַסיסט דערשאָסן דרײַ מענטשן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון אָווערלענד־פּאַרק, קענזאַס.

ביל אָסאָפֿסקי, אַ 65־יאָריקער תּושבֿ פֿון אָגדען, יוטאַ, האָט געזאָגט, אַז ער טראָגט געוויינטלעך מיט זיך אַ פּיסטויל. ער ווייסט נישט, צי זײַן שיל „ברית שלום‟ פֿאַרווערט אַרײַנצוקומען מיט אַ פּיסטויל; זײַן פּערזענלעכע זיכערהייט איז פֿאַר אים וויכטיקער, דערפֿאַר קומט ער באַוואָפֿנט צו דאַוונען. איצט פּלאַנירט ער אַוועקצופֿאָרן אין אַן אַנדער שטאַט.

צום ערשטן מאָל האָט אָסאָפֿסקי געבעטן אַ דערלויבעניש צו טראָגן אַ געווער אינעם יאָר 1993, ווען ער האָט געוווינט אין לאָנג־אײַלענד, ניו־יאָרק. אין יענעם יאָר זענען זעקס מענטשן דערהרגעט געוואָרן, און 19 פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, בעת אַ שיסערײַ אין אַן אָרטיקער באַן; האָט ער באַשלאָסן, אַז ער מוז קריגן אַ פּיסטויל. אין ניו־יאָרק האָט ער נישט געקאָנט באַקומען דאָס רעכט דאָס צו טאָן, אָבער נאָכן באַזעצן זיך אין יוטאַ, האָט ער באַקומען די דערלויבעניש.

אין 39 אַמעריקאַנער שטאַטן, אַרײַנגערעכנט פֿלאָרידע, טעקסאַס און אילינוי, קאָן יעדער באַקומען גענוג גרינג דאָס רעכט צו טראָגן אַ באַהאַלטן געווער, אויב ס׳איז נישטאָ קיין ערנסטע סיבות נישט צו דערלאָזן דאָס צו טאָן.

דער ראַבינער סטואַרד פֿעדעראָוו פֿון דער קאָנסערוואַטיווער שיל „שער השלום‟ אין היוסטאָן, טעקסאַס, האָט געזאָגט, אַז ער איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס זײַנע מתפּללים טראָגן אַ געווער, כּדי צו באַשיצן זיך פֿון אַ מעגלעכן אַנטיסעמיטישן אַטאַק. אין זײַן שטאָט איז פֿאַראַן אַן אומפֿאָרמעלע ייִדישע גרופּע מיטן נאָמען Glocks & Bagels (פּיסטוילן און בייגל), וואָס טרעפֿט זיך פֿון צײַט צו צײַט פֿאַר שיסערײַ־איבונגען.

הרבֿ עקיבֿא מאַלעס פֿון האַריסבורג, פּענסילוועניע, האָט דערציילט, אַז צוויי הינט זענען באַפֿאַלן איינעם פֿון די מתפּללים אין זײַן שיל, בעת ער האָט שפּאַצירט מיט זײַן 4־יאָריקן זון און 9־יאָריקער טאָכטער. אַ דאַנק דעם לעגאַלן פּיסטויל אין זײַן קאַשענע, האָט ער דערשאָסן איין הונט און פֿאַרטריבן דעם צווייטן.

ס׳רובֿ רבנים האָבן אָבער געזאָגט דעם Forward, אַז זיי ווילן נישט דערלאָזן זייערע מתפּללים אַרײַנצוברענגען אַ וואָפֿן אין שיל. דער ראַבינער פּיטער בערג פֿון אַטלאַנטע האָט דערציילט, אַז אַן 81־יאָריקער ייִד אין זײַן שיל האָט אַמאָל על־פּי צופֿאַל פֿאַרוווּנדעט זײַן אייניקל מיט אַ ביקס בעתן דאַוונען. הגם ער האָט אַמאָל געדינט ווי אַ פּאָליציאַנט און האָט געוווּסט, ווי אַזוי צו באַנוצן זיך מיט אַ פּיסטויל, האָט זײַן געווער פֿאָרט גורם געווען אַ געפֿערלעכע סיטואַציע.

הרבֿ יואל מאָסבאַכער פֿון מאַהוואַ, ניו־דזשערזי, איז אַן אַקטיווער קעמפֿער פֿאַר געווער־קאָנטראָל. זײַן טאַטע איז דערשאָסן געוואָרן אויף טויט בעת אַ רויבערײַ אין שיקאַגע. ער גלייבט, אַז אַנשטאָט צו באַשיצן די שילן, ברענגט דאָס געווער נאָך מער סכּנות.