ס׳איז נישטאָ אַזאַ זאַך ווי אַ ספּעציפֿישער „ייִדישער גען‟. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען אין אַ ייִדישער עדה געפֿינען געוויסע כאַראַקטעריסטישע גענעטישע פֿאַרבינדונגען. דעם 9טן סעפּטעמבער האָט דער זשורנאַל „נאַטור־קאָמוניקאַציעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַ פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וואָס ווײַזן אָן, אַז די ייִדן פֿון צענטראַלער און מיזרח־אייראָפּע שטאַמען פֿון אַ קליינער גרופּע מענטשן, בלויז אַרום 350 נפֿשות, וועלכע האָבן געלעבט מיט 600־800 יאָר צוריק.
מיט דער פֿאָרשונג האָט אָנגעפֿירט פּראָפֿעסאָר שי כּרמון. די פֿאָרשער האָבן פֿאַרגליכן דעם גענעטישן קאָד פֿון 128 אַשכּנזישע ייִדן און דורכגעפֿירט אַ מאַטעמאַטישן חשבון, וועלכער האָט זיי געבראַכט צו דער דאָזיקער השערה. דאָס שטימט מיט דער באַקאַנטער טעאָריע, אַז אין אַ געוויסן פּעריאָד איז פֿון דער אָריגינעלער ייִדישער באַפֿעלקערונג געבליבן בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן, וועלכע האָבן זיך במשך פֿון די דורות ווידער פֿאַרשפּרייט. נישט געקוקט אויף אַלע היסטאָרישע צרות, זענען הײַנט פֿאַראַן אין דער וועלט בערך 10 מיליאָן אַשכּנזישע ייִדן, הגם שטאַמען שטאַמען זיי, אויב די נײַע חשבונות זענען ריכטיק, פֿון זייער אַ קליינער גרופּע אוראָבֿות.
צום באַדויערן, ווערן די אַשכּנזים אויך אַסאָציִיִרט מיט לכל־הפּחות 19 ספּעציפֿישע גענעטישע קראַנקרייטן, וואָס טרעפֿן זיך זעלטן אין די אַנדערע גרופּעס פֿון דער באַפֿעלקערונג. אין דער ליסטע פֿון די דאָזיקע קראַנקייטן, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען נישט אַזוי געפֿערלעך, געפֿינען זיך אויך גאָר סכּנותדיקע מינים ראַק און אַנדערע מחלות.
לויט די חשבונות פֿון די פֿאָרשער, איז אַן ענלעכע סיטואַציע געשען מיט 20־22 טויזנט יאָר צוריק מיט די אוראָבֿות פֿון דער הײַנטיקער אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג. מיט טויזנטער יאָר פֿריִער — מעגלעך, ווען די ערשטע מענטשן זענען אַרויס פֿון אַפֿריקע און האָבן זיך באַזעצט אַרום דער וועלט — איז עס אויך געשען מיט די שטאַמפֿאָטערס סײַ פֿון די אייראָפּעער, סײַ פֿון די תּושבֿים פֿונעם מיטל־מיזרח.
דאָס שטאַמען פֿון אַ קליינער גרופּע מענטשן שפּיגלט זיך אָפּ שלעכט אויפֿן גענעטישן געזונט־מצבֿ. געוויינטלעך, בלײַבן די גענען פֿון ספּעציפֿישע קראַנקייטן, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט גענוג אָפֿט צווישן די אַשכּנזישע ייִדן, באַהאַלטן אַ דאַנק דער השפּעה פֿון אַן אַנדער גען, און ווײַזן זיך נאָר פֿון צײַט צו צײַט צווישן די קינדער פֿון די, וואָס טראָגן דעם פּאָטענציעל סכּנותדיקן גען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.