מיט 70 יאָר צוריק, דעם 29סטן אויגוסט 1944, איז מײַן טאַטע ירחמיאל בריקס אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון דער באַנסטאַנציע ראַדעגאַסט מיטן לעצטן טראַנספּאָרט פֿון דער ליצמאַנשטאַט־געטאָ אין לאָדזש. מער ווי 200,000 ייִדן זײַנען געווען אין לאָדזשער געטאָ, און געראַטעוועטע זײַנען געבליבן נאָר אַרום 10,000. דער שטאָטראָט פֿון לאָדזש בשותּפֿות מיט דער ייִדישער קהילה פֿון לאָדזש האָבן אָרגאַניזירט אַ פּראָגראַם פֿון פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען במשך פֿון 5 טעג. פֿון דער גאַנצער וועלט זײַנען געקומען קיין לאָדזש די, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָ, מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. הרבֿ שׂימחה קעלער, דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין לאָדזש, האָט געזאָגט: „אונדזער פֿאַרלאַנג איז צו באַנעמען און באַשיצן דעם אָנדענק וועגן דער פֿאַרביקער און רײַכער געשיכטע פֿון די לאָדזשער ייִדן. די פֿאַרגאַנגענהייט — גוטע און טראַגישע — לעבט דאָך אין אונדז‟.
די אונטערנעמונגען זײַנען פֿאָרגעקומען יעדן טאָג אין דעם „דיאַלאָג־צענטער‟ א”נ פֿון מאַרעק עדעלמאַן, אָנגעפֿירט פֿון דער דירעקטאָרין יאָאַנאַ פּאָדאָלסקע. די בירגער־מײַסטערין פֿון לאָדזש, חנה זדאַנאָווסקאַ, האָט זיך געוואָנדן צו די אײַנוווינער פֿון דער שטאָט צו קומען צו די פֿײַערונגען און פּראָקלאַמירט: „מיר מוזן געדענקען. די קענטשאַפֿט פֿון דער געשיכטע איז דער יסוד צו בויען די צוקונפֿט‟.
די פֿײַערונגען האָבן זיך געעפֿנט מיט אַ רירנדיקן נאַכט־קאָנצערט פֿון ייִדישע געטאָ־לידער, וואָס דער פֿאָלקזינגער פֿון לאָדזשער געטאָ יאַנקעלע הערשקאָוויטש האָט געזונגען. עס איז אויפֿגעטראָטן דער קלעזמער־אַנסאַמבל „ברייוו ניו וואָרלד‟, מיט מיישקע אַלפּערט און אַלאַן בערן ווי ספּעציעלע געסט, און דאָס אייניקל פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויטש. ווײַטער איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון פֿיר קולטורן מיט אַ ליד פֿון רבֿקה קוויאַטשקאָווסקע, ווי אויך אַן אויפֿטרעטונג פֿונעם ייִדישן כאָר „צליל‟. בײַם קבלת־שבת אין דער לאָדזשער שיל האָבן געזונגען צוויי חזנים פֿון ישׂראל.
דעם ערשטן פֿרימאָרגן האָבן מיר אַלע שפּאַצירט איבער די געסלעך פֿון דער געוועזענער ליצמאַנשטאַט־געטאָ. יעדן טאָג האָט מען געוויזן קונסט־ און דאָקומענטאַר־פֿילמען אויפֿן גרויסן עקראַן, וואָס האָט צוגעצויגן אויך די ניט־ייִדישע אײַנוווינער פֿון דער שטאָט. די טעמעס זײַנען געווען אַוודאי פֿאַרבונדן מיט דער געטאָ: וועגן דעם טראַמווײַ, וואָס איז אַדורך אונטער די בריקן פֿון געטאָ; וועגן דעם הויפּט פֿון דער געטאָ, מרדכי־חיים רומקאָווסקי; לעבנס־געשיכטעס פֿון געליטענע אאַז”וו.
זייער רירנדיק איז געווען צו זען ווי די לעבן־געבליבענע האָבן געפֿלאַנצט ביימער אין פּאַרק פֿונעם „דיאַלאָג־צענטער‟. מײַן טאַטעס פּאָעמע „נישט פֿאַרצווייפֿלען‟, אָנגעשריבן אין דער געטאָ אין יאָר 1940, האָט געעפֿנט די אויסשטעלונג פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָ. דאָס ליד האָט מען געקענט לייענען אויף ייִדיש, ענגליש און פּויליש און זען אַ פֿאַמיליע־בילד.
אײַנדרוקספֿולע צערעמאָניעס — מיט פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג, פֿון מיליטער און פֿון דער קירך — זײַנען פֿאָרגעקומען אויפֿן לאָדזשער בית־עולם, אין דער באַנסטאַנציע ראַדעגאַסט, און אין כעלמנער לאַגער מיט אַ גרויסן עולם. פֿונעם בית־עולם האָבן אַרום 2000 מענטשן מאַרשירט ביז צו דער ראַדעגאַסט־באַנסטאַנציע.
פֿאַר מיר פּערזענלעך איז מײַן באַזוך אין לאָדזש געווען ניט אַ לײַכטע נסיעה. עס איז מיר שווער געווען אויף דער נשמה, טראַכטנדיק, וואָס מײַן טאַטע האָט דאָ איבערגעלעבט און אַזוי געליטן, איבער הויפּט, ווען איך האָב פֿונעם שטאָט־אַרכיוו באַקומען זײַן גענויעם אַדרעס און צוגעפֿאָרן צו זען די געבײַדע, וווּ מײַן טאַטע האָט געוווינט.
עס איז וויכטיק, וואָס די פּויליאַקן דערמאָנען און געדענקען די בשותּפֿותדיקע געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן און בפֿרט אין לאָדזש: די אַלטע דירות־הײַזער, די בית־עולמס, די ווערק און שאַפֿונגען פֿון די ייִדישע שרײַבער און קינסטלער. נאָר פֿאַר מיר איז דאָס געווען גענוג — איך מיין, אַז מער וועל איך שוין אין פּוילן נישט פֿאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.