„יענטל‟ אין טעאַטער „דזשיי‟

"Yentl" in Theatre J

יענטל פֿאָדערט צו זאָגן קדיש נאָך איר טאַטן
יענטל פֿאָדערט צו זאָגן קדיש נאָך איר טאַטן

פֿון עדי מהלאל

Published September 18, 2014, issue of October 10, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַר דער נײַער פֿאָרשטעלונג איז ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן גאָר אַן אָריגינעלע מוזיק פֿון דזשיל סאָבאָלן. סאָבאָל איז נישט צופֿעליק אויסגעקליבן געוואָרן צו נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע אָנצושרײַבן די נײַע מוזיק און לידער צו אָט דער פֿאָרשטעלונג. אַ זינגערין-דיכטערין, האָט זיך סאָבאָל קונה-שם געווען אין די 1990קער יאָרן מיט אירס אַ פּאָפּ-ליד „איך האָב אַ מיידל געקושט‟ (I Kissed a Girl). דאָס ליד איז עד-היום געבליבן סאָבאָלס גרעסטער שלאַגער. אָט זענען אַ פּאָר שורות פֿון אָט דעם ליד:

כ’האָב צום ערשטן מאָל
אַ מיידל געקושט […]
כ’האָב אַ מיידל געקושט
אירע ליפּן זענען געווען זיס,
זי איז פּונקט געווען אַזוי, ווי זי קושט מיך,
אָבער יאָ, כ’האָב אַ מיידל געקושט
דאָס קושן אַ מיידל וועט נישט איבערמאַכן די וועלט
אָבער יאָ, כ’בין אַזוי צופֿרידן, אַז כ’האָב אַ מיידל געקושט.
(איבערזעצונג: ע.מ.)

שײַנאַ בלאַס אין דער ראָלע פֿון אַנשל דער ישיבֿה-בחור
שײַנאַ בלאַס אין דער ראָלע פֿון אַנשל דער ישיבֿה-בחור

נו, צי פּאַסט טאַקע דער סטיל, צי נישט פֿאַר אַזאַ פּיעסע ווי „יענטל‟? סאָבאָלס נײַע לידער, אויסגעפֿירט דורך די אַקטיאָרן, זענען בבֿחינת אַ חנעוודיקער צוגאָב צו אַ חנעוודיקער פּיעסע לכתּחילה. די אַלע לידער זענען אינעם ראָק-פּאָפּ־סטיל, נוסח די 1960קער-1970קער יאָרן, מיט אַקוסטישע גיטאַרן און זיסע מעלאָדיעס, און האַרמאָניעס. אַנטקעגן סטרײַסענד, וואָס האָט אינעם פֿילם צוגעגעבן לידער אויף יעדן שריט און טריט, ביז עס ווערט שוין נימאס, ווערן סאָבאָלס לידער אַרײַנגעוועבט אויף אַ מער מילדן אופֿן. אַזוי מאַכן זיי נישט קאַליע די פֿליסיקייט פֿון דער דראַמע, און אפֿשר אַפֿילו העלפֿן צו וואָס שײך דער דינאַמיק פֿון דער דראַמע.

די אַקטיאָרן טוען אַ פֿײַנע אַרבעט, בפֿרט שײַנאַ בלאַס אין דער ראָלע פֿון יענטלאַנשל. בלאַס, מיט איר פֿעסט און דאָך ווייך פּנים, שפּילט איבערצײַגעוודיק אי די מאַנסבילישע יענטל, אי דעם ווײַבערשן אַנשל. מײַקל קעווין דאַרנאַל איז אויך גוט אין דער ראָלע פֿון אַבֿיגדור. די פֿאָרשטעלונג „יענטל‟ וועט שפּילן ביזן 5טן אָקטאָבער. מער פּרטים געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט: //washingtondcjcc.org/center-for-arts/theater-j/on-stage/14-15-season/yentl/

און אָט איז אַ קורץ שטיקל פֿון דער פּיעסע:

Yentl trailer from Theater J on Vimeo.