פֿאַר אַ דורכשניטלעכן צוקוקער קאָן זײַן שווער אָפּצושאַצן משה גרשוניס אויסדרוקפֿולע קונסט־ווערק, וווּ די סימבאָלן פֿונעם חורבן ווערן געשטעלט אין אַ רעליגיעזן תּוכן, און וואָס שטרעבט צו פּאָלאַריזירן די מיינונגען וועגן דער הײַנטצײַטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. צום ערשטן מאָל ווערט אַ סאָלאָ־אויסשטעלונג פֿון אַ ישׂראלדיקן קינסטלער געוויזן אין דער בערלינער „נײַער נאַציאָנאַלער גאַלעריע‟ — דער עיקר־צענטער פֿון מאָדערנער קונסט אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט.
די זאַמלונג פֿון גרשוניס בילדער און קעראַמישע סקולפּטורן, געשאַפֿן אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1979, טראָגט דעם נאָמען „אָן קיין טאַטן, אָן קיין מאַמען‟. דער פֿאָקוס אויפֿן ייִדישן חורבן איז אַ באַזונדערס סענסיטיווע טעמע אין דײַטשלאַנד. אודאָ קיטעלמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער גאַלעריע, האָט געזאָגט, אַז גרשוניס שאַפֿונגען רופֿן אַרויס „געשפּענסטיקע און אַפֿילו באַדריקנדיקע‟ אַסאָציאַציעס פֿון אָפּגעריסנקייט און אָפּגעפֿרעמדקייט, פֿאַרבונדן מיט דער שוידערלעכער רציחה פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
גרשוני איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ אינעם יאָר 1936. זײַן משפּחה האָט אימיגרירט פֿון פּוילן. הײַנט איז ער איינער פֿון די באַקאַנטסטע ישׂראלדיקע קינסטלער; זײַנע ווערק זענען אויסגעשטעלט אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט און אינעם לאָנדאָנער מוזיי „טייט־בריטאַניע‟. אין זײַנע ווערק, ווערן דער ייִדישער מגן־דוד, דער נאַציסטישער האַקנקרייץ, די מוסולמענישע שטערן און האַלב־לבֿנה, צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט פֿאַלאָס־סימבאָלן, העברעיִשע אותיות און קאָליריקע בלום־אַרטיקע פֿיגורן. די פּאָליטישע און רעליגיעזע מאָטיוון זענען צווישן די בולטסטע אין זײַנע ווערק; עס דאַכט זיך, אַז זיי שטראַלן אַרויס שײַן.
אינעם צענטער פֿון דער אויסשטעלונג שטייט גרשוניס „ייִדישע קעראַמיק‟, באַצירט מיט דיקע שוואַרצע האַקנקרייצן. די ראַנדן פֿון אַ טעלער מיט אַ געלן מגן־דוד און אַ העברעיִשער אויפֿשריפֿט זענען באַפֿלעקט מיט העלע, בלוטיק־רויטע פֿינגער־אָפּדרוקן. אָרי דעסאַו, די מיט־קוראַטאָרין פֿון דער עקספּאָזיציע, האָט באַמערקט, אַז די וואַנט־אינסטאַלאַציע מיטן נאָמען „ווער איז אַ ציוניסט און ווער איז נישט‟ — איז זייער אַ „פֿאָדערנדיקע און אַ קאַטעגאָרישע‟. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער קינסטלער צווינגט דעם צוקוקער אויסצוקלײַבן איינעם פֿון די צדדים; די גאַנצע וועלט איז, לויט אים, שאַרף צעטיילט צווישן די ציוניסטן און אַנטי־ציוניסטן.
דאַסאַו האָט געזאָגט, אַז גרשוניס ווערק קאָנען העלפֿן די באַזוכער פֿון דער גאַלעריע צו פֿאַרשטיין, אַז ישׂראל בכלל און תּל-אָבֿיבֿ בפֿרט, ווי דער קולטור־צענטער פֿונעם לאַנד, איז אויך אַ קוואַל פֿון קינסטלערישער שעפֿערישקייט, און נישט בלויז אַן אָרט פֿון פּאָליטישע קאָנפֿליקטן. ליור ווילענזיק, איינער פֿון די יונגע ישׂראלים, וואָס ווערן צוגעצויגן צו דער בערלינער קונסט־סבֿיבֿה, האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז גרשוניס אויסשטעלונג וועט „עפֿענען דעם טויער‟, וואָס וועט דערמעגלעכן די דײַטשן און ישׂראלים צו טרעפֿן זיך נישט צוליב פּאָליטיק, נאָר צוליב קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.