דעם 17טן סעפּטעמבער איז אינעם געפּאַקטן טעאַטראַלן זאַל Kaye Playhouse בײַם האַנטער־קאָלעדזש פֿאָרגעקומען דער אָנדענק־אָוונט לזכר דעם באַקאַנטער שרײַבערין און לערערין בעל קאַופֿמאַן. די קרובֿים, פֿרײַנד און אָפּשאַצער פֿון איר טאַלאַנט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו דערמאָנען אירע גלענצדיקע רעפּליקעס, איר אויפֿמערק, קענטענישן און ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך, איר זאָרג וועגן די אַנדערע מענטשן, איר לעבנסלוסטיקייט און אייביקע יוגנט.
דאָס גאַנצע לעבן פֿון דער שרײַבערין איז געווען פֿאַרבונדן מיטן האַנטער־קאָלעדזש, דערפֿאַר האָט מען דאָרטן דורכגעפֿירט די איצטיקע אונטערנעמונג. דאָרטן האָט זי זיך געלערנט און פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט אינעם יאָר 1934. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט זי באַקומען דעם מאַגיסטער־דיפּלאָם פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אינעם יאָר 2001, האָט דער האַנטער־קאָלעדזש זי באַלוינט מיט אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿאַר אירע ליטעראַרישע דערגרייכונגען און דער לאַנג־יאָריקער טעטיקייט לטובֿת דעם דאָזיקן בילדונג־אַנשטאַלט.
ווען קאַופֿמאַן האָט געפּראַוועט איר 100טן געבוירן־טאָג, אינעם יאָר 2011, האָט זי דורכגעפֿירט אינעם האַנטער־קאָלעדזש אַ ספּעציעלן קורס פֿונעם ייִדישן הומאָר. נישט לאַנג צוריק, אין אַפּריל, איז זי געקומען אויפֿן ערשטן בשותּפֿותדיקן צוזאַמענטרעף פֿון יונגע און אַלטע גראַדואַנטן, וווּ זי איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע.
מיטן אָנדענק־אָוונט האָט אָנגעפֿירט קענעט קאַופֿמאַן, דער פּלימעניק פֿון דער שרײַבערין. עס זענען אויפֿגעטראָטן די שרײַבער ען מאַק׳גאַווערן און מאַרגאָ בערדישעווסקי; דער פּאָעט שעלדאָן האַרניק, וועלכער האָט געשאַפֿן די ליברעטאָ צום „פֿידלער אויפֿן דאַך‟; דער אַקטיאָר, מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר טעאָדאָר ביקעל; ווי אויך אַ גאַנצע ריי קרובֿים, אַרײַנגערעכנט בעלס ברודער שערווין קאַופֿמאַן, איר מאַן סידני גליק, וועלכער האָט מיט איר געאַרבעט איבער שלום־עליכמס ירושה, איר טאָכטער טעאַ גאָלדשטיין, איר פּלימעניצע קייט קאַופֿמאַן, דאָס אייניקל סיוזען גאָלדשטיין און אוראייניקל דוד קאַופֿמאַן.
זלמן מלאָטעק, דער קונסט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער „פֿאָלקס־בינע‟, האָט צוגעגעבן דער אונטערנעמונג די ייִדישלעכע אַטמאָספֿער און דערציילט, אַז די עיקר־ירושה, וואָס בעל קאַופֿמאַן האָט באַקומען פֿון איר זיידן, דעם גרויסן ייִדישן קלאַסיקער שלום־עליכם, איז געווען איר חוש פֿון הומאָר און לעבנסלוסטיקייט, וואָס האָט איר געהאָלפֿן במשך פֿון דעם ווײַט נישט גרינג לעבן.
דער מאַן פֿון דער שרײַבערין, וועלכער דינט ווי דער פּרעזידענט בײַ דער מעמאָריאַלער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם, און איז באַקאַנט ווי אַן עקספּערט אין כינעזישע ענינים, האָט דערציילט דעם עולם, אַז ער און זײַן פֿאַרשטאָרבענע פֿרוי זענען געקומען פֿון צוויי גאַנץ היפּוכדיקע וועלטן, געשעפֿטן און ליטעראַטור, וואָס האָט זיי אָבער נישט געשטערט דורכצולעבן גליקלעך לאַנגע יאָרן צוזאַמען, און צו אַרבעטן בשותּפֿות איבער שלום־עליכמס ירושה, כּדי זי צו פֿאַראייביקן.
בײַם שליסן די אונטערנעמונג, האָט מען געוויזן אַ קינאָ־אינטערוויו מיט דער שרײַבערין, וואָס דעספּינאַ טעאָדאָרעסקו־מאַריס, אַ סטודענטקע פֿונעם האַנטער־קאָלעדזש, האָט פֿילמירט בראָש מיטן פּראָדוסער שירה פּורת. בעל האָט דערציילט וועגן דעם, ווי זי האָט ליב צו טאַנצן, וועגן די נײַע מדרגות פֿון פֿרײַהייט אינעם נײַעם יאָרהונדערט, און וועגן דעם, אַז ס׳רובֿ ייִדישע וויצן זענען אַ מיטל זיך צו באַשיצן פֿון דער פֿײַנטלעכער וועלט. ווי געוויינטלעך, האָט קאַופֿמאַן זיך אויפֿגעפֿירט אינעם אינטערוויו ווי אַ לוסטיקע און ענערגישע פֿרוי. אויף דעם דערהויבענעם פּונקט האָט זיך געשלאָסן דער אָנדענק־אָוונט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.