אַזוי ווי די נאַציס, מוז די וועלט באַקעמפֿן ISIS

Like the Nazis, ISIS Must Be Confronted

די מיליטאַנטן פֿון ISIS
Getty Images
די מיליטאַנטן פֿון ISIS

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג

Published September 23, 2014, issue of October 10, 2014.

פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָבן מיר אָפּגעלערנט, אַז די מלחמות זענען שרעקלעכע בלוטיקע עוולות, וואָס באַלעסטיקן דעם עצם־גײַסט פֿון מענטשלעכקייט. פֿונדעסוועגן, טרעפֿן זיך צומאָל אַזעלכע פֿאַלן, ווען מע מוז אָפּשטעלן אַ גרעסער שלעכטס דורך מיליטערישע מיטלען.

אינעם 20סטן יאָרהונדערט זענען אויסגעבראָכן צוויי גרויסע וועלט־מלחמות. די ערשטע איז געווען אַן אומזיניקע, נאַרישע אָרגיע פֿון בלוט, אַן עקלדיקער פֿאַרמעסט פֿון אימפּערישע אַמביציעס, בעת וועלכן דײַטשלאַנד איז דערנידעריקט געוואָרן און זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ מעכטיקער אימפּעריע אין אַ דינסט פֿון די געווינער. דאָס האָט גורם געווען די צווייטע וועלט־מלחמה, ווען די קעגנער פֿונעם „דריטן רײַך‟ האָבן נישט געהאַט קיין אַנדער ברירה און געמוזט באַקעמפֿן די נאַציס. נישט געקוקט אויף דעם טיפֿן קאָנפֿליקט צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער סטאַלין־דיקטאַטור, האָט די וועלט זיך פֿאַראייניקט אינעם קאַמף קעגן דעם געפֿערלעכן שׂונא.

צום גליק, זענען אינעם נײַעם יאָרהונדערט נישט אויסגעבראָכן קיין גלאָבאַלע מלחמות פֿון אַזאַ ריזיקן פֿאַרנעם, הגם אין יעדן קאָנפֿליקט זענען אומגעקומען טויזנטער מענטשן, וואָס זייער טראַגישן פֿאַרלוסט קאָן מען נישט אויסמעסטן מיט ציפֿערן. מע קאָן אָבער באַמערקן אַ געוויסע ענלעכקייט צווישן די צוויי יאָרהונדערטער. די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער האָבן אָנגעהויבן אַ נאַרישע, אומזיניקע מלחמה אין איראַק; אַנשטאָט דער צוגעזאָגטער דעמאָקראַטיע, האָבן זיי געבראַכט בלוט־פֿאַרגיסונג און הפֿקר. ווי אַ רעזולטאַט, זענען אויף די רויִנען פֿון סאַדאַם כוסיינס רעזשים אויפֿגעקומען נײַע געפֿערלעכע כּוחות, וואָס מע מוז זיי איצט באַקעמפֿן.

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די איראַקער אינוואַזיע איז געווען אַ שרעקלעכער טעות. ווייניק מענטשן אין אַמעריקע פֿאַרשטייען אָבער, וואָס פֿאַר אַ הפֿקרדיקע אַטמאָספֿער האָט זיך געשאַפֿן אינעם חרובֿ־געוואָרענעם לאַנד. נאָך עטלעכע גילגולים, זענען די אָרטיקע טעראָריסטישער גרופּעס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געפֿערלעכער באַוועגונג, וואָס רופֿט זיך אָן אַן „איסלאַמישע מלוכה‟.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט „אַל־קײַדאַ‟, זאָגט זיך אָפּ די „איסלאַמישע מלוכה‟ פֿון וועלכע־ניט־איז פֿאַרהאַנדלונגען. למשל, „כאַמאַס‟ שטעלט אַ קלאָרן פּאָליטישן צוועק — דהײַנו, צו שאַפֿן אַן איסלאַמישע מלוכה אין פּאַלעסטינע. הגם די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע באַנוצט זיך מיט טעראָריסטישע מיטלען, קאָן מען פֿאַרשטיין איר לאָגיק. להיפּוך, אָנערקענט די „איסלאַמישע מלוכה‟ נישט קיין גרענעצן און פֿעלקער; דורך מאַסן־מאָרדן, פֿאַרברענענדיק מענטשן לעבעדיקייטהייט, צעשנײַדנדיק קינדער אויף צווייען, פֿאַרקויפֿנדיק פֿרויען ווי סעקס־שקלאַפֿן, קעפּנדיק צופֿעליקע מענטשן — האָפֿט די דאָזיקע גרופּע צו צווינגען אַלעמען אָנצונעמען איר אייגענע ווערסיע פֿון רעליגיע. אַפֿילו „אַל־קײַדאַ‟ זעט אויס מעסיק אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ „מלוכה‟.

אַזוי ווי די נאַציס, האָט די נײַע אידעאָלאָגישע באַוועגונג דערקלערט, אַז כּדי צו דערגרייכן אירע צוועקן, מעג מען זיך באַנוצן מיט אַלע מעגלעכע מיטלען, אַרײַנגערעכנט דעם שרעקלעכסטן טעראָר קעגן צופֿעליקע פֿרידלעכע מענטשן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט דער מערבֿ געמוזט באַקעמפֿן די נאַציס בשותּפֿות מיטן סטאַליניסטישן ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס׳זעט אויס, אַז אינעם הײַנטיקן קאַמף קעגן דער „איסלאַמישער מלוכה‟ וועלן די מערבֿדיקע לענדער ווידער מוזן זיך פֿאַראייניקן מיט אַזעלכע אומגעוווּנטשענע שותּפֿים, ווי דער סירישער פּרעזידענט, באַשאַר אַל־אַסאַד, אָדער די איראַנישע גײַסטיקע פֿירער. אין דעם זין, חזרט זיך הײַנט איבער די געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.