ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די רעגירונגס־קאָאַליציע האָט בעת די לעצטע 18 חדשים באַשטעטיקט די געזעצן אַרײַנצונעמען די חרדים אין צה׳׳ל, און פּרובירט פֿאַרגלײַכערן דעם גיור, ווי אויך מאַכן ציווילע חתונות, זענען ס׳רובֿ ישׁראלים נאָך אַלץ אומצופֿרידן מיט דער השפּעה פֿון רעליגיע איבער די געזעצן און לעבנס־שטייגער, ווײַזט אָן אַ נײַע אַנקעטע.
די אָרגאַניזאַציע „חידו׳׳ש‟, וואָס אַרבעט לטובֿת דער רעליגיעזער פֿרײַהייט אין מדינת־ישׂראל, האָט אין איר יערלעכן באַריכט איבערגעגעבן, אַז 61 פּראָצענט ישׂראלים שטיצן אַ פֿאַרגרעסערטע אָפּשיידונג צווישן שטאַט און רעליגיע, און 78 פּראָצענט זענען אומצופֿרידן מיטן אופֿן, ווי אַזוי די רעגירונג באַהאַנדלט אַזעלכע ענינים.
די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע האָבן אַנטפּלעקט, אַז 2/3 ישׂראלים שטיצן דאָס לעגאַליזירן ציווילע חתונות, און 64 פּראָצענט שטיצן דאָס אָנערקענען גיורים, וואָס ווערן געמאַכט דורך די קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־באַוועגונגען. אין 2010 האָבן 61 פּראָצענט ישׂראלים געהאַלטן פֿון ציווילע חתונות, און 60 פּראָצענט האָבן געהאַלטן פֿון ניט־אָרטאָדאָקסישע גיורים.
כאָטש 100 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע חרדים האָבן געשטיצט די דאָזיקע לאַנג־יאָריקע פּאָליטיקן, האָבן אַ דריטל פֿון זיי סײַ־ווי אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט מיט דער ישׂראלדיקער „הויפּט־רבנות‟.
דער דירעקטאָר פֿון „חידו׳׳ש‟, הרבֿ אורי רגבֿ, האָט דערקלערט, אַז „די חרדים, וואָס ווילן, אַז ישׂראל זאָל זײַן אַ טעאָקראַטיע, שילדערן די איצטיקע קאָאַליציע ווי אַ רעגירונג פֿון פֿאַרטיליקונג. פֿון דער אַנדערער זײַט, די וואָס שטיצן אַן אָפּטיילונג צווישן מלוכה און רעליגיע האַלטן, אַז קיין אַנדער רעגירונג האָט ניט געלייגט קיין אַכט אויף דער פּראָבלעם, און געהאַלטן די שוץ־פּאָליטיק פֿאַר אַ גרעסערער פּריאָריטעט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.