די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, לויט וועלכן דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער האָט זייער שטאַרק צעשפּאָלטן די ייִדישע קהילה. אַ סך רבנים טענהן, אַז זיי קאָנען נישט מער פֿירן אַ רויִקע דיסקוסיע אויף דער דאָזיקער טעמע אין זייערע שילן.
אין די אינטערוויוען, האָבן אַ גאַנצע ריי רבנים דערציילט דער צײַטונג, אַז זיי פֿילן אַן עגמת־נפֿש, ווײַל זיי ווייסן נישט, וואָס צו זאָגן אין זייערע דרשות בעת די קומענדיקע ימים־נוראָים, וואָס הייבט זיך שוין אָן די וואָך, מיטוואָך אויפֿדערנאַכט. אויב זיי וועלן פֿאַרטיידיקן מדינת־ישׂראל, קאָנען די יונגע מתפּללים ווערן אומצופֿרידן; דער יונגער דור, ווי די גײַסטיקע מנהיגים האָבן באַמערקט, ווײַזן אַרויס ווייניקער ענטוזיאַזם וועגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, און האַלטן זיך ווײַטער פֿון די קהילה־אָרגאַניזאַציעס.
פֿון דער צווייטער זײַט, אויב די רבנים וועלן זאָגן אַ קריטיש וואָרט קעגן ישׂראל, קאָנען זיי אויפֿרעגן די „אַלטע גוואַרדיע‟ פֿון מער פּאָליטיש קאָנסערוואַטיווע און ציוניסטיש־געשטימטע מיטגלידער פֿון די שילן. אַזעלכע מענטשן זענען אָפֿט די גרעסטע שטיצער און די אַקטיווסטע וואָלונטירן אין די קהילות.
דער ראַבינער ראָן אײַגען, וועלכער פֿירט אָן מיט דער רעקאָנסטרוקטיוויסטישער שיל אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, האָט באַמערקט, אַז ישׂראל איז פֿריִער געווען אַ פֿאַקטאָר, וועלכער האָט אַלעמאָל פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע מינים ייִדן, נישט געקוקט אויף די חילוקי־דעות אין אַנדערע ענינים. הײַנט האָט זיך דער מצבֿ געביטן; אַדרבה, די פּראָ־ישׂראלדיקע דרשות קאָנען אַוועקשטופּן די יונגע־לײַט פֿונעם אָרגאַניזירטן קהילה־לעבן.
ישׂראל בלײַבט נאָך אַלץ דער גרעסטער אַחדות־פֿאַקטאָר צווישן ייִדן אין פֿאַרשיידענע לענדער. אַ סך רבנים האָבן געזאָגט, אַז ווען „כאַמאַס‟ האָט אַטאַקירט ישׂראל אינמיטן דעם זומער, און אין דער וועלט האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָבן אַ סך מתפּללים אין זייערע קהילות אַרויסגעוויזן שטאַרקערע פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען. אויפֿן אויפֿקום פֿון דער מיליטאַנטישער „איסלאַמישער מלוכה‟ אין סיריע האָבן אַ סך ייִדן אויך רעאַגירט מיטן זעלבן טאָן. די קאָנסערוואַטיווע ראַבינערין דזשולי שאָנפֿעלד, וואָס דינט ווי די וויצע־פּרעזידענטין פֿאַר אויספֿיר־ענינים בײַ דער קאָנסערוואַטיווער „רבנישער אַסאַמבלעע‟, האָט געמאָלדן, אַז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט זי באַמערקט „אַן אמתע אידענטיפֿיקאַציע מיט אונדזערע ישׂראלדיקע ברידער און שוועסטער‟.
להיפּוך, האָבן אַ סך אַנדערע רבנים — רעפֿאָרמער, קאָנסערוואַטיווע און רעקאָנסטרוקציאָניסטישע — באַטאָנט, אַז הגם זיי שטיצן ישׂראל, בדרך־כּלל, האָט די אַנומלטיקע מלחמה אין עזה בײַ זיי אַרויסגערופֿן סתּירותדיקע געפֿילן. ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע אָרטאָדאָקסן, וואָס רעפּרעזענטירן בערך 10 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין צפֿון־אַמעריקע, האָבן אויסגעדריקט מער רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע דעות.
די קריטיקער האָבן זיך נעגאַטיוו אָפּגערופֿן וועגן די נײַע בויערײַ־פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג, ווײַל די דאָזיקע פּראָיעקטן שטערן די פּאַלעסטינער צו שאַפֿן זייער אייגענע מדינה. הגם די דאָזיקע ראַבינער גלייבן, אַז ישׂראל האָט דאָס רעכט צו באַשיצן זיך פֿון די אַטאַקן, האָבן זיי באַמערקט, אַז בעת דער מלחמה זענען אומגעקומען צופֿיל פּאַלעסטינער פֿרויען און קינדער. זיי ווילן אָבער נישט דיסקוטירן וועגן דעם אין די שילן.
דער ראַבינער יונתן שטיין, וועלכער פֿלעגט אָנפֿירן מיטן „טעמפּל שערי־תּפֿילה‟ אין מאַנהעטן, האָט געגעבן אַן עצה, וואָס די רבנים זאָלן טאָן בעת די קומענדיקע ימים־נוראָים. אַנשטאָט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, זאָלן זיי דרשענען וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אַרום דער וועלט. אַזאַ טעמע וועט נישט אַרויסרופֿן קיין דערווידערונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.