פֿאָרנדיק איבער די לענדער פֿון אייראָפּע דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג, האָב איך זיך באַקענט אין יעדער שטאָט מיט מוזיקער און זינגער, וואָס שפּילן און רעקאָרדירן ייִדישע מוזיק.
כאָטש איך האָב נישט גענומען, בדרך־כּלל, קיין מתּנות אויף מײַן וועג, האָב איך זיך אויך נישט געקענט אָפּזאָגן, ווען מ׳האָט מיר געשאָנקען אַ קאָמפּאַקטל מיט דער האָפֿענונג, אַז איך זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע אין דער צײַטונג. אַזוי אַרום האָט זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון דער נסיעה אַ טוץ רעקאָרדירונגען פֿון קלעזמער און ייִדישן געזאַנג. נישט אַלע מוזיקער האָב איך פֿריִער געקענט — כאָטש איך באַטייליק זיך שוין יאָרן לאַנג אין מוזיק־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן — ווײַל די קלעזמער־וועלט איז שוין געוואָרן צו גרויס, מע זאָל יעדן איינעם קענען פּערזענלעך. האָט עס מיר הנאה געטאָן זיך צו באַקענען מיט נײַע פּנימער און יונגע כּוחות אין כּלערליי לענדער, וואָס ווילן דווקא עפּעס נײַעס טאָן מיט זייערע טאַלאַנטן.
די דרײַ רעקאָרדירונגען, וועלכע איך האָב אויסגעקליבן דאָס מאָל צו רעצענזירן — די ערשטע פֿון בערלין, די צווייטע פֿון מאָסקווע און די דריטע פֿון שאָטלאַנד — זענען גאָר אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער; אָבער בשותּפֿות פֿאַרמאָגן זיי אַלע דרײַ אָריגינעלקייט און שאַפֿערישקייט.
אין בערלין, דײַטשלאַנד, אין 2013, האָט אַ סופּער־גרופּע, וואָס הייסט „קול־אישה‟ („Kol Ishe‟) אַרויסגעלאָזט איר ערשט קאָמפּאַקטל, „אַ זמרל אַזאַ‟. די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש ווערט הײַנט אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע זינגערינס מיט אַ שטים וואָס פֿאַרכּישופֿט. די השפּעה פֿון איינער פֿון אירע לערערינס, נחמה ליפֿשיץ, הערט מען באַלד; דער טראָפּ פֿון איר געזאַנג איז תּמיד אויף די ווערטער, און מיט דראַמאַטישקייט דריקט זי זיך אויס אויף אַ זעלטענעם פּאָעטישן שטייגער. די פֿידלערין וואַנעסאַ ווראָמאַנס, וועלכע באַטייליקט זיך אין צו פֿיל קאַפּעליעס אין האָלאַנד און דײַטשלאַנד, מע זאָל זיי קענען אַלע אויסרעכענען דאָ — שפּילט מײַסטעריש און באַגלייט קונדיש אויך פּאָעטיש. אויפֿן אַקאָרדיעאָן שפּילט די גוט־באַקאַנטע סאַנע מאָריקע, און די דרײַ צוזאַמען זינגען און שפּילן נײַע שאַפֿונגען, אָדער זייערע אייגענע, אָדער געשאַפֿן פֿון אַנדערע במשך פֿון די לעצטע יאָרן. קיין אַלטע טעאַטער־ אָדער פֿאָלקסלידער וועט מען אויפֿן קאָמפּאַקטל נישט הערן.
„אַ זמרל אַזאַ‟ הייבט זיך אָן מיט צוויי לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן — „אַ זמרל אַזאַ‟ און „זילבערשטערן‟. שאַפֿונגען פֿון אַלען בערן, דער פּאָעטעסע חייקע־ברוריה וויגאַנד, און די מוזיקער ווערן דאָ רעקאָרדירט צום ערשטן מאָל. צווישן די לידער הערט מען אינסטרומענטאַלע נומערן אין אַ פֿאָלקישן סטיל. די הויכע קוואַליטעט פֿון דער פֿרויען־גרופּע וואָלט פֿאַר זיי געדאַרפֿט צוציִען אַ סך צוהערער.
דאָס צווייטע קאָמפּאַקטל האָט אַרויסגעלאָזט דער מאָסקווער־פּעטערבורגער גיטאַר־שפּילער וואַניאַ זשוק און זײַן ראָק־קאַפּעליע „נײַעכאָוויטש‟ (Nayekhovich). די רעקאָרדירונג —„קלעזמער איז טויט‟ (2008) — איז דער היפּוך פֿון „קול־אישה‟, און מע וואָלט וויציק אַפֿילו געקענט זי אָנרופֿן „קול־איש‟, ווײַל אַ סך טעסטאַסטעראָן דריקט זיך אויס אין די לידער. דער גיכער ראָק־און־ראָל־טעמפּאָ פֿונעם ערשטן ליד — „די נײַע רוסישע שער‟ — ווערט נאָך היציקער במשך פֿונעם גאַנצן קאָמפּאַקטל. דאָס ייִדישע ליד „רעזינקע‟, געשריבן פֿון זשוק און פּסוי קאָראָלענקאָ, האָט ייִדישע ווערטער, וואָס מע קען דאָ נישט דרוקן. אָבער פֿאַרן פֿאָלקסליד „איבער בערג און איבער טאָלן‟ האָט די קאַפּעליע געשאַפֿן אַ פֿײַנע לירישע ראָק־אַראַנזשירונג.
מסתּמא האָבן אַנדערע שוין אָנגערופֿן וואַניאַ זשוק אַ „קלעזמער דזשימי הענדריקס‟, אָבער דער פֿאַרגלײַך פּאַסט נישט, ווײַל זשוק איז סײַ אַ סאָלאָ־שפּילער, סײַ אַ ריטעם־גיטאַריסט. דאָס וואָלט אויך פֿאַרדעקט דעם אויפֿטו פֿון דער גאַנצער גרופּע און די „געסט‟־זינגער, דניאל קאַהן, פּסוי קאָראָלענקאָ און מילאַ קיקינאַ. קאַהן איז אַ פּיאָניר פֿון אַרײַנפֿלעכטן זײַנע געראָטענע ענגלישע איבערזעצונגען אין די ייִדישע ווערטער, און אַזוי אַרום, דערגרייכן אַ ברייטערן עולם. אין דעם קאָמפּאַקטל הערט מען זײַנע באַאַרבעטונגען פֿון די פֿאָלקסלידער „באָרשט‟ און „דער נײַער רוסישער שער‟. אויב „קלעזמער איז טויט‟, ווי עס הייסט די רעקאָרדירונג, לעבט ווײַטער זײַן גילגול, ווי אַ דיבוק, אין אַנדערע שאַפֿערישע גופֿים.
דאָס דריטע קאָמפּאַקטל קומט פֿון שאָטלאַנד, וווּ די קאַפּעליע Moishe’s Bagel האָט אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל Uncle Roland’s Flying Machine אין 2010, איר דריטע רעקאָרדירונג. די גרופּע איז פֿאָרמירט געוואָרן אין 2003 און אין זייער מוזיק הערט מען קלעזמער, באַלקאַנישע מעלאָדיעס און דזשעז־אימפּראָוויזאַציע. אינעם פֿידל הערט מען אַ קלאַסישן און שאָטישן קלאַנג. די פֿידל־טראַדיציע איז אַ גאָר אַלטע אין שאָטלאַנד, און מע הערט דאָרטן אַ מרה־שחורה אינעם אינסטרומענט, וואָס האָט אַ גאַנץ אַנדער געפֿיל פֿונעם ייִדישן גלות־טרויער.
די גרופּע פֿון זעקס מוזיקער פּרעטענדירן נישט צו זײַן אַ קלעזמער־קאַפּעליע, און אַלע ניגונים (קיין געזאַנג איז נישטאָ) זענען אָריגינעלע, חוץ איינעם. דאָס פּיאַנע שפּילן פֿון פֿיל אַלעקסאַנדער גיט עפּעס צו, וואָס מע הערט נישט אין געוויינטלעכע קלעזמער־רעקאָרידונגען, ווײַל ער שפּילט סײַ דעם ריטעם, סײַ די מעלאָדיע. אַלעקסאַנדער שרײַבט הײַנט זײַן דיסערטאַציע וועגן דער קלעזמער־סבֿיבֿה אין בערלין, און קען גוט פֿאַרשיידענע פֿאָלקמוזיק־טראַדיציעס. „משהס בייגל‟ שפּילט מוזיק פֿון די באַלקאַנען, פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, דרום־אַמעריקע און סלאַווישע לענדער. מע שפּילט אַרום די ייִדישע מעלאָדיע, אַרויסצוהייבן די פֿרעמדע השפּעות; און אויב ס’איז דאָ אַ חסרון, באַשטייט עס אין דעם, וואָס די כּלה איז צו שיין. די מוזיקער באַווײַזן וואָס זיי קענען אין אַזוי פֿיל סטילן, אַז ס’וועט אפֿשר שווער זײַן צופֿרידנצושטעלן דעם קלעזמער־פּאַטראָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.
(function(){function c(){var b=a.contentDocument||a.contentWindow.document;if(b){var d=b.createElement('script');d.innerHTML="window.__CF$cv$params={r:'8f633aafcda2f606',t:'MTczNDkwMzE5Ni4wMDAwMDA='};var a=document.createElement('script');a.nonce='';a.src='/cdn-cgi/challenge-platform/scripts/jsd/main.js';document.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(a);";b.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(d)}}if(document.body){var a=document.createElement('iframe');a.height=1;a.width=1;a.style.position='absolute';a.style.top=0;a.style.left=0;a.style.border='none';a.style.visibility='hidden';document.body.appendChild(a);if('loading'!==document.readyState)c();else if(window.addEventListener)document.addEventListener('DOMContentLoaded',c);else{var e=document.onreadystatechange||function(){};document.onreadystatechange=function(b){e(b);'loading'!==document.readyState&&(document.onreadystatechange=e,c())}}}})();