אַ בקשה צו די ימים־נוראים־ייִדן

A Request to the High Holiday Jews

„דאָס דאַוונען יום־כּיפּור‟, פֿון מאַוריצי (מאיר) גאָטליב, 1878
WIKIMEDIA COMMONS
„דאָס דאַוונען יום־כּיפּור‟, פֿון מאַוריצי (מאיר) גאָטליב, 1878

פֿון לענאָר סקענאַזי (Forward)

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

די ייִדן, וועלכע קומען אין שיל בלויז ראָש־השנה און יום־כּיפּור, ווייסן אפֿשר נישט, אַז זיי רופֿן אַרויס אַ ממשותדיקן אינטערעס בײַ די רבנים און ראַבינער איבערן לאַנד.

„איך שרײַב אָן עטלעכע פֿאַרשידענע דרשות, איידער איך געפֿין דאָס וואָס איך וויל זאָגן,‟ האָט מודה געווען ראַבינער אלי הערשער, פֿון דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע „סטיווען ווײַז טעמפּל‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס. „דאָס איז דאָס איינציקע מאָל, וואָס איך זע אַלע מיטגלידער פֿון דער שיל, און דערפֿאַר באַמי איך זיך אויסצוקלײַבן אַ דבֿר־תּורה, וואָס וועט פֿאַראינטערעסירן און לערנען עפּעס דעם עולם.‟

„ס׳איז סײַ אַ דרוק, סײַ אַ גאָלדענע געלעגנהייט,‟ האָט באַמערקט ראַבינער יהושע גרונבערג, פֿון „קהילת בית־אל‟, אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין יאַרדלי, פּענסילוועניע.

ס׳איז בײַ די ראַבינער אַ פֿאַרגעניגן און אַפֿילו אַ חידוש, צו זען אַלע שיל־מיטגלידער מיט איין מאָל, און בפֿרט ווי די איין־מאָל־אַ־יאָר ייִדן זיצן תּמיד אויף די זעלבע ערטער, האָט הערשער געזאָגט. „זיי קומען טאַקע זעלטן, אָבער פֿון דעסטוועגן, ווילן זיי זיך פֿילן ווי אין דער היים. נאָך איידער איך קוק אַרויס אויפֿן עולם, ווייס איך שוין, וווּ יעדער פֿון זיי וועט זיצן.‟

איין זאַך, וואָס געפעלט אָבער נישט די ראַבינער, איז ווען די איין־מאָל־אַ־יאָר ייִדן ריכטן זיך, אַז ער געדענקט ווי זיי הייסן. אַ צווייטע זאַך וואָס שטערט די ראַבינער איז, ווען מע פֿרעגט זיי וויפֿל אַ זייגער וועט זיך דאָס דאַווענען ענדיקן. ס׳איז דאָך פֿאָרט אַ בית־מדרש, נישט קיין לופֿטליניע.

„אַ מאָל פֿלעג איך פֿילן אַ שטאַרקן דרוק, ווײַל כ׳האָב געהאַלטן, אַז ס׳איז מײַן אַחריות זיי צו אינספּירירן צו וועלן צוריקקומען,‟ האָט באַמערקט הרבֿ אליהו פֿינק, פֿונעם „פּאַציפֿישן ייִדישן צענטער‟ — אַן אָרטאָדאָקסישע שיל אין וועניס, קאַליפֿאָרניע, אויך באַקאַנט ווי „די שיל אויף דער פּלאַזשע‟. „הײַנט זע איך עס אָבער אַנדערש. אויב עמעצער געניסט פֿונעם דאַווענען, ווײַל זיי זענען געקומען אין די ימים־נוראים, איז עס פֿאָרט אַן אויפֿטו, אַפֿילו אויב דער ייִד קומט נישט צוריק אין שיל ביז איבעראַיאָר.‟

ראַבינער דוד קאַנטאָר פֿון „טעמפּל בית שלום‟, אין לאָנג־ביטש, קאַליפֿאָרניע, איז מסכּים. „איך פֿלעג זיך באַקלאָגן: ׳פֿאַר וואָס זעט מען נישט די מתפּללים אַ גאַנץ יאָר?׳ איצט קלער איך אָבער, אַז ס׳איז אַ נס, וואָס די ייִדן, וועלכע האָבן נישט קיין שום ייִדישע פֿאַרבינדונג, נעמען אַ טאָג אָדער צוויי פֿרײַ פֿון דער אַרבעט, און זיצן דורך אַ לאַנגן דאַווענען, נישט־וויסנדיק אַפֿילו וואָס עס באַטײַט. סאַראַ כּבֿוד פֿאַר מיר, וואָס איך קאָן זיי העלפֿן צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט זייערע ייִדישע וואָרצלען!‟

קאַנטאָר האַלט, אַז די־אָ פֿאַרבינדונג איז נישט דווקא פֿאַרבונדן מיט זײַן דרשה אָדער מיט זײַן שיל, נאָר מיטן גאַנצן באַגריף פֿון זײַן אַ ייִד. „דו קומסט צו הערן כּל־נדרי, און מיטצוזינגען, ווײַל דו געדענקסט יעדעס מאָל, וואָס דו האָסט געהערט דעם ניגון, שטייענדיק לעבן דײַנע עלטערן, אָדער דײַנע באָבע־זיידע. און דײַנע באָבע־זיידע געדענקען, ווען זיי פֿלעגן עס אַליין זינגען מיט זייערע אייגענע באָבע־זיידע. אַוודאי, קען קיינער נישט זײַנע אָבֿות פֿון מיט 500 יאָר צוריק, אָבער זיי ווייסן יאָ וואָס די אָבֿות האָבן געטאָן יום־כּיפּור — און איצט טוסטו עס אויך.‟

„דאָס איז מײַן 40סטע יאָר ווי אַ ראַבינער דאָ,‟ האָט הערשער געזאָגט. „נאָך די אַלע יאָרן קען איך זייער גוט מײַנע מיטגלידער, און איך פֿריי זיך זיי צו זען, אַפֿילו איין מאָל אַ יאָר, גלײַך ווי איך וואָלט שוין לאַנג נישט געזען געוויסע קרובֿים מײַנע. אַוודאי, וואָלט איך זיי געוואָלט זען אָפֿטער, אָבער אויב דאָס איז נישט מעגלעך, וועל איך גערן וואַרטן אויף איבעראַיאָר.‟

אַבי מע פֿרעגט אים נישט, ווי זיי הייסן…