די נײַע קיבוצניקעס

The New Kibbutzniks

וואַסאַן טשאַאָרײַ און טשאַיאָ לואַניט זענען טײַלענדישע בירגער, וועלכע אַרבעטן אין קיבוץ קטורה זינט 2011
Yardena Schwartz
וואַסאַן טשאַאָרײַ און טשאַיאָ לואַניט זענען טײַלענדישע בירגער, וועלכע אַרבעטן אין קיבוץ קטורה זינט 2011

פֿון ירדנה שוואַרץ (Forward)

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

ס׳איז איינס אַ זייגער נאָך מיטאָג… די פֿיר טייטל־פֿאַרמער זענען געשטאַנען אויף אַ באַרג, אַרויסגעקוקט אויף טויזנטער טייטל־ביימער צעשפּרייט איבערן ערבֿה־מידבר, און אָפּגעווישט דעם שווייס פֿון שטערן אונטער דער זומערדיקער היץ.

זינט פֿינף אַ זייגער פֿאַרטאָג אַרבעטן די צוויי ישׂראלים און צוויי טײַלענדער אין איינעם אין די סעדער פֿון קיבוץ קטורה.

„די מענטשן זענען גוט, דאָס געלט איז גוט, אָבער די היץ איז גרויס,‟ האָט געזאָגט איינער פֿון די טײַלענדער, וואַסאַן טשאַאָרײַ. ווי די אַנדערע טײַלענדער דאָ, קאָן טשאַאָרײַ קוים רעדן ענגליש, און נאָך ווייניקער — העברעיִש. זײַן טײַלענדישער מיטאַרבעטער, טשאַיאָ לואַניט, וועלכער טראָגט אַ סקי־מאָסקע, כּדי זיך צו באַוואָרענען קעגן דער זון, האָט מסכּים געווען מיט זײַן פֿרײַנד.

איינער פֿון די ישׂראלישע אַרבעטער, סחר אַחיטובֿ, אַ 23־יאָריקער געוועזענער אײַנוווינער פֿון קיבוץ נירים, האָט דערקלערט: „די טײַלענדער זענען שוין דאָ מער ווי צוויי יאָר, און זיי ווײַזן אונדז ווי אַזוי צו באַאַרבעטן די טייטל־פֿעלדער. ס׳רובֿ פֿון דער צײַט פֿאַרריכטן זיי אונדזערע טעותן.‟

דאָס איז אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם אַמאָליקן קיבוץ־אימאַזש, ווען די ציוניסטישע חלוצים האָבן קולטיווירט די ערד אין איינעם מיט זייערע ייִדישע ברידער און שוועסטער, און במילא באַצייכנט געוואָרן ווי די אויפֿבויער פֿון דער ייִדישער מדינה.

דער 39־יאָריקער טשאַאָרײַ און דער 35־יאָריקער לואַניט זענען געקומען קיין ישׂראל אין 2011 צו אַרבעטן אין קיבוץ קטורה — אַ ייִשובֿ געגרינדעט פֿון די אַמעריקאַנער גראַדואַנטן פֿון Young Judea. הײַנט באַטרעפֿן די טײַלענדער די מאַיאָריטעט פֿון די טייטל־אַרבעטער אינעם קיבוץ.

לויט דעם אַגריקולטור־מיניסטעריום, זענען הײַנט ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרם־אַרבעטער אין די 270 קיבוצים איבערן לאַנד אויסלענדישע גאַסט־אַרבעטער; און די איראָניע איז, אַז הײַנט לערנען די אויסלענדער די ייִדן ווי אַזוי צו באַאַרבעטן די ערד, ווײַל די ייִדן זענען נישט קיין געבוירענע קיבונצניקעס, און האָבן בלויז באַקומען אַרבעט דאָרט, אַ דאַנק אַ רעגירונג־פּראָגראַם.

די קיבוץ־באַוועגונג איז הײַנט בלויז אַ שאָטן פֿון דעם, וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען — צום גרעסטן טייל, צוליב די קאַפּיטאַליסטישע ענדערונגען, וועלכע די רעגירונג האָט אָנגענומען צו פֿאַרשטאַרקן די עקאָנאָמיע, וואָס האָט במילא געמאַכט אַ סוף צו די יערלעכע רעגירונג־סובסידיעס, וועלכע האָבן אויסגעהאַלטן די קיבוצים.

„די קיבוצים האָבן דעמאָלט געהאַט גרויסע חובֿות; קיין סובסידיעס האָבן זיי מער נישט באַקומען, און פּלוצלינג האָבן אָנגעהויבן קומען די אויסלענדישע אַרבעטער,‟ האָט דערקלערט מאַרדזשאָרי סטראָם, אַ פֿאָרשערין אינעם „ערבֿה־אינסטיטוט פֿאַר סבֿיבֿה־שטודיעס‟.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען די אויסלענדער געווען גרייט צו אַרבעטן פֿאַר ווייניקער שׂכירות און לענגערע שעהען ווי די ישׂראלים — אַפֿילו זיבן טעג אַ וואָך, כּדי צו קריגן נאָך אַ העכערן לוין פֿאַר אַרבעטן אין די איבער־שעהען. דערצו האָבן זיי געטאָן אַ בעסערע אַרבעט ווי די ישׂראלים, האָט סטראָם באַטאָנט.

„אַ ישׂראלי וויל נישט סתּם טאָן די אַרבעט; ער זוכט אַן אופֿן עס צו טאָן ׳נאָך בעסער׳,‟ האָט סטראָם געזאָגט. „דאָס איז אַ מעלה אויב מע וויל זײַן שאַפֿעריש, אָבער די אַגריקולטור פֿאָדערט שווערע פֿיזישע אַרבעט, אַזוי אַז די שאַפֿערישקייט האָט בכלל נישט קיין זינען.‟

די טײַלענדישע אַרבעטער וווינען אינעם קיבוץ, אָבער באַזונדער פֿון די ישׂראלים, און זיי באַצאָלן דירה־געלט. זיי איז ליבער צוצוגרייטן זייערע אייגענע מאָלצײַטן און עסן מיט זייערע לאַנדסלײַט, אַנשטאָט אינעם בציבורדיקן עסזאַל, וווּ די ישׂראלים עסן. און זיי שווימען נישט אין די באַסיינען פֿונעם קיבוץ; מעגלעך, ווײַל זיי מיינען, אַז ס׳איז זיי נישט דערלויבט אַהין אַרײַנצוגיין, אָדער ווײַל זיי זענען פּשוט צו מיד נאָך אַ לאַנגן אַרבעטסטאָג.

ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרם־אַרבעטער קומען פֿון טײַלאַנד, אַ דאַנק אַן אָפּמאַך צווישן דער טײַלענדישער און ישׂראלדיקער רעגירונג, וואָס דערלויבט זיי צו אַרבעטן אין אַגריקולטור ביז פֿינף יאָר. נאָך די פֿינף יאָר, פֿאָרן זיי צוריק אַהיים, וווּ דאָס געלט, וואָס זיי האָבן פֿאַרדינט קאָן זיי שטאַרק צוהעלפֿן. אַנדערע פֿאַרם־אַרבעטער קומען פֿון סודאַן און עריטרעאַ.

לויט דעם ישׂראלדיקן סטאַטיסטיק־ביוראָ, פֿאַרדינען די אויסלענדישע פֿאַרם־אַרבעטער דורכשניטלעך $1,470 אַ חודש. אין טײַלאַנד, לויט דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעט־אָרגאַניזאַציע‟, פֿאַרדינען די פֿאַרם־אַרבעטער דורכשניטלעך $184 אַ חודש.

די רעגירונג זאָרגט זיך טאַקע, וואָס אַזוי ווייניק ישׂראלים אַרבעטן אינעם געביט פֿון אַגריקולטור. כּדי צו מוטיקן מער ישׂראלים זיך אומצוקערן צו ערדאַרבעט, האָט דער אַגריקולטור־מיניסטעריום הײַיאָר פֿאַרטאָפּלט די צוגאָב־סובסידיעס, פֿון $275 אַ חודש ביז $550 אַ חודש. קיבוץ קטורה איז בלויז איינער פֿון אַ סך קיבוצים איבערן לאַנד, וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּראָגראַם.

און מע הייבט שוין אָן צו זען אַן ענדערונג: פֿאַראַיאָרן זענען אַלע טייטל־פֿאַרמער אינעם קיבוץ קטורה געווען אויסלענדער, אָבער הײַנט שפּילן די טײַלענדישע אַרבעטער אַ נײַע ראָלע: זיי לערנען די יונגע ישׂראלים ווי צו קולטיווירן זייער אייגענע ערד.