סוראָגאַט־מאַמעס און הלכה

Surrogacy Moms and Halacha

WikiFood

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 03, 2014, issue of October 24, 2014.

דעם 29סטן סעפּטעמבער האָט „סאָן־סענטינעל‟, די טאָג־צײַטוג פֿון דרום־פֿלאָרידע, דערציילט וועגן די דרײַ ייִדישע מאַמעס, וועלכע וווינען אינעם דאָזיקן ראַיאָן פֿון אַמעריקע, און האָבן זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַן אומגעוויינטלעכער פּראָבלעם. צוליב דעם, וואָס זיי האָבן באַקומען זייער קינדער דורך קיסטלעכע מיטלען, ווערן זייערע קינדער לאַוו־דווקא אָנערקענט ווי ייִדן.

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָבן די מאַמעס זיך געמוטשעט פֿונעם נישט קאָנען האָבן אַ קינד אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, צוליב מעדיצינישע פּראָבלעמען. האָבן זיי זיך געגעבן אַן עצה: אַרײַנצולייגן זייער איי, באַפֿרוכפּערט מיטן טאַטנס ספּערמע, אין טראַכט פֿון אַ סוראָגאַט־מוטער — אַ פֿרוי, וואָס האָט מסכּים געווען אויסצוטראָגן דאָס קינד.

גענעטיש גערעדט, שיידן זיך נישט אַזעלכע קינדער אָפּ פֿון נאַטירלעך געבוירענע. די גענען קומען דאָך פֿון די טאַטע־מאַמע. על־פּי־הלכה, מוז אָבער אַ ייִדיש קינד געבוירן ווערן בײַ אַ ייִדישער מאַמען, אָדער זיך מגייר זײַן, ווי געהעריק. וואָס טוט זיך, ווען דאָס איי קומט טאַקע פֿון אַ ייִדישער מאַמען, אָבער טראָגן טראָגט עס אַ נישט־ייִדישע פֿרוי? דערווײַל האָבן די פֿלאָרידער מאַמעס נישט באַקומען קיין קלאָרן ענטפֿער פֿון עטלעכע רבנים, צו וועלכע זיי האָבן זיך געווענדט מיט דער דאָזיקער שאלה.

די הײַנטצײַטיקע מעדיצינישע פּראָצעדורן דערמעגלעכן אין אַ סך פֿאַלן צו לייזן די פּראָבלעם פֿון אומפֿרוכטבאַרקייט. זיי שאַפֿן אָבער אויך נײַע הלכה־שאלות, וואָס אין דער קלאַסישער ליטעראַטור זענען נישט בנימצא. ווען אַ ייִדישע מאַמע טראָגט אַליין, באַפֿרוכפּערט מיט דער ספּערמע פֿון אַ פֿרעמדן מאַן, איז דאָס קינד זיכער אַ ייִד, הגם אַ טייל רבנים זענען חושד וועגן ממזרות. דער ענין פֿון סוראָגאַט־מוטערשאַפֿט איז מער קאָמפּליצירט.

אינעם יאָר 2009 האָט די ערשטע חרדישע אַלמנה מסכּים געווען אויסצוטראָגן אַ פֿרעמד קינד, און באַקומען דערויף אַ היתּר. אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען טאַקע פֿאַרזיכערן דעם ייִדישן סטאַטוס פֿונעם קינד. נישט יעדער קאָן אָבער געפֿינען אַזאַ טרעגערין. ליסאַ פּאַרקער פֿון בוינטאָן־ביטש האָט זיך באַקלאָגט, אַז „אַפֿילו היטלער וואָלט געזאָגט, אַז איר זון און טאָכטער זענען ייִדן און וואָלט זיי אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ גאַז־קאַמערע — אָבער נישט די רבנים‟. צוויי פֿרויען אין אינדיע האָבן געטראָגן אירע קינדער.

אַ טייל רבנים לייגן פֿאָר צו לייזן די דאָזיקע דילעמע דורך אַ גיור־מספֿק — פֿאָרמעל מגייר צו זײַן דאָס קינד. „סאָן־טענטינעל‟ האָט געשמועסט מיט הרבֿ משה שײַנער פֿון פּאַלם־ביטש, וועלכער האָט געזאָגט, אַז געוויינטלעך גיט ער די עצה צו מאַכן זיכער, אַז די סוראָגאַט־מאַמע איז גיך מגייר, איידער זי הייבט אָן טראָגן דאָס קינד. ס׳איז אָבער נישט אַזוי פּשוט צו ווערן אַן עכטע פֿרומע גיורת.

מאַיאַ מעדינאַ, אַן אַנדער פֿרוי פֿון בוינטאָן־ביטש, וועלכע האָט באַקומען איר קינד דורך אַזאַ פּראָצעדור, האָט באַמערקט, אַז איר משפּחה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיקן בײַשפּיל פֿון דעם, ווי אַזוי די טראַדיציאָנעלע הלכה און די מאָדערנע וויסנשאַפֿט שטויסן זיך צונויף אויף אַ פּראָבלעמאַטישן אופֿן. אַ טייל אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די פֿרומע פֿעמיניסטישע גרופּע „נשמת‟, פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט אַזעלכע שאלות, האָפֿנדיק צו געפֿינען קלאָרע פּראַקטישע לייזונגען.