דער קרימינעלער תּל-אָבֿיבֿ

Tell Aviv Noir

עטגאַר קרת (רעכטס) און אַסף גבֿרון, די רעדאַקטאָרן פֿון דער אַנטאָלאָגיע „דער קרימינעלער תּל־אָבֿיבֿ‟
Gavron photo by Howard Romero; Keret photo by Yehiel Yanav
עטגאַר קרת (רעכטס) און אַסף גבֿרון, די רעדאַקטאָרן פֿון דער אַנטאָלאָגיע „דער קרימינעלער תּל־אָבֿיבֿ‟

פֿון בעט קיסילעף (ייִט״אַ)

Published October 05, 2014, issue of October 24, 2014.

אַ ליטעראַרישער זשורנאַל האָט אַמאָל געפֿרעגט עטגאַר קרת, אַ תּל־אָבֿיבֿער שרײַבער, וואָס זײַנע קורצע דערציילונגען זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַנדערע שפּראַכן און זענען באַקאַנט אין דער וועלט, וועלכן ישׂראלדיקן מחבר וואָלט געווען כּדאַי, לויט זײַן מיינונג, איבערצוזעצן אויף ענגליש? דער שרײַבער האָט געענטפֿערט: גדי טאַוב. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט קרת טאַקע געהאָלפֿן צו באַקענען די אַמעריקאַנער מיט טאַובס ווערק, ווען ער האָט רעדאַקטירט די אַנטאָלאָגיע „דער קרימינעלער תּל־אָבֿיבֿ‟ (Tel Aviv Noir), בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן שרײַבער, איבערזעצער און מוזיקאַנט אַסף גבֿרון.

קרת און גבֿרון האָט דערקלערט, אַז זיי ווילן באַקענען די ענגליש־שפּראַכיקע לייענער מיטן יונגן דור ישׂראלדיקע שרײַבער.

דער 49־יאָריקער טאַוב איז צום מערסטן באַקאַנט מיט זײַן ראָמאַן „די אַלענבי־גאַס‟ („רחובֿ אלנבי‟), איינס פֿון זײַנע ערשטע ווערק, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טעלעוויזיע־סעריאַל. אַ טייל פֿון די שרײַבער, וואָס זייערע ווערק זענען אַרײַן אין דער זאַמלונג, שרײַבן אַליין אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַנטאַזיע־שרײַבער לבֿיא תּדהר, וואָס זײַן דערציילונג שילדערט אַן אַלטערנאַטיוון תּל־אָבֿיבֿ, לויט די חלומות פֿון טעאָדאָר הערצל. ס׳רובֿ אַנדערע אײַנגעשלאָסענע מחברים האָט מען פֿריִער קיינמאָל נישט איבערגעזעצט אויף ענגליש.

דאָס בוך, וואָס דערציילט וועגן דער תּל־אָבֿיבֿער אונטערוועלט, הייבט זיך אָן מיט טאַובס קורצער מעשׂה וועגן אַ יונגער זונה, וועלכע האָט געמוזט זיך פֿאַרנעמען מיט אַזאַ פּראָפֿעסיע, כּדי אָפּצוצאָלן איר טאַטנס קאַזינאָ־חובֿות. טאַוב באַמערקט, אַז די פֿרויען, וואָס פֿאַרעפֿנטלעכט די רעקלאַמעס וועגן זייערע סעקסועלע באַדינסטן, „שנײַדן אַלע ליניעס אויף קאַפּויער‟ און „זעען די צווייטע העלפֿט פֿונעם לעבנס־אמת, וואָס ס׳רובֿ מענטשן ווילן נישט באַמערקן‟. די גאַנצע זאַמלונג דערציילט וועגן אַזעלכע פּערסאָנאַזשן, וואָס זייער לעבן קומט אין סתּירות מיט די נאָרמעס פֿון דער „ציווילער‟ געזעלשאַפֿט.

דעם 30סטן סעפּטעמבער האָט דער פֿאַרלאַג Akashic Books אַרויסגעגעבן טאַובס אַנטאָלאָגיע. דער זעלבער פֿאַרלאַג האָט שוין פּובליקירט ביכער אינעם זשאַנאַר, וואָס מע רופֿט אויף ענגליש „Noir‟, וועגן דעם אונטערוועלטישן לעבן אין 70 אַנדערע שטעט, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע באַשײַמפּערלעכע בײַשפּילן, ווי לאַס־וועגאַס, מיאַמי און מאַנילאַ. אַלע 14 דערציילונגען, וואָס זענען אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגיע, ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל.

די שרײַבערין דיקלה קידר האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז איר באַציִונג צו דער אַנטאָלאָגיע האָט זיך געביטן נאָך דער אַנומלטיקער מלחמה אין עזה. פֿריִער האָט זי געטראַכט, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז אַ זאָרגלאָזע גליקלעכע שטאָט. ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה, און זי האָט געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן אונטער דער ערד פֿון די ראַקעטן, צוזאַמען מיט אירע צוויי קליינע טעכטער, האָט זי זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער פֿינצטערער זײַט פֿון דער שטאָטישער אונטערוועלט.

קרת האָט אײַנגעשלאָסן אין דער נײַער אַנטאָלאָגיע זײַן דערציילונג וועגן אַ מאָדנע פּאָרפֿאָלק, וואָס הייבט אָן געבן זייער הונט צו עסן טויבן און אַנדערע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. אין אַן אינטערוויו, האָט ער דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דאָס איז אַן אַלעגאָריע וועגן זײַן לעבן אין ישׂראל, וווּ עס טוען זיך כּסדר פֿאַרשיידענע משונהדיקע און עקסטרעמע זאַכן.

גבֿרונס דערציילונג איז וועגן אַ מאָרד פֿון אַ פּראָגראַמיסט, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס העלפֿט צו געפֿינען פֿאַרלוירענע חפֿצים. דאָס פֿאַרברעכן קומט פֿאָר אינעם „דיזענגאָף־צענטער‟, וווּ עס געפֿינען זיך אַ סך קראָמען און געשעפֿטן. קרת האָט געזאָגט, אַז ער וווינט נישט ווײַט פֿונעם דאָזיקן אָרט און גייט כּסדר אַהין, אָבער איידער ער האָט איבערגעלייענט זײַן שותּפֿס דערציילונג, האָט ער נישט געוווּסט, אַז דאָרטן קאָן מען אויך טרעפֿן מיסטעריעז ליידיקע פּלעצער. אַ פֿרישער אומגעוויינטלעכער קוק אויף אַ באַקאַנט אָרט האָט אים ממש פֿאַרחידושט.