ייִוואָ האָט לעצטנס געגרינדעט אַ 5.25 מיליאָן־דאָלערדיקן פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן אַ וויכטיקן טייל פֿון איר ביבליאָטעק און אַרכיוו, און דערבײַ שאַפֿן די גרעסטע זאַמלונג פֿונעם פֿאַר־מלחמהדיקן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן אויף דער אינטערנעץ.
דער ציל פֿונעם „ווילנע־פּראָיעקט‟ איז צו מאַכן מער ווי 1.5 מיליאָן ביכער און דאָקומענטן צוטריטלעך צו פֿאָרשער איבער דער וועלט. דערבײַ קאָן עס אויך לייזן, כאָטש אויף אַ קורצער צײַט, די לאַנג־יאָריקן סיכסוך איבער טויזנטער ייִדישע מאַטעריאַלן, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און ווערן געהאַלטן אין ליטע ביזן הײַנטיקן טאָג.
צו ערשט אָבער מוז ייִוואָ געפֿינען די פֿאָנדן צו דעקן די הוצאָות פֿון אַזאַ פּראָיעקט. דערווײַל האָט מען געזאַמלט בלויז $350,000.
דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, האָט געזאָגט, אַז דער ווילנע־פּראָיעקט וועט גיין אין גאַנג, אָנהייבנדיק פֿון יאַנואַר 2015, אַפֿילו אויב מע האָט נאָך נישט געקראָגן אַפֿילו אַ העלפֿט פֿון די 5.25 מיליאָן דאָלאַר, ווײַל אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס ליגן אין ליטע, האָט מען נישט גוט פּרעזערווירט. „שוין 70 יאָר לאַנג, וואָס די מאַטעריאַלן ליגן דאָרט פֿאַרנאַכלעסיקט, און מיר מוזן שוין טאָן עפּעס וועגן דעם.‟
ייִוואָ איז געגרינדעט געוואָרן ווי אַ צענטער פֿון גראַדויִר־שטודיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך, קולטור און סאָציאָלאָגיע אין ווילנע, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון פּוילן.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען כּמעט צוויי־דריטל פֿון די מאַטעריאַלן צעשטערט געוואָרן פֿון די נאַציס. דרײַ־פֿערטל פֿון דעם וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן האָט די אַמעריקאַנער אַרמיי געראַטעוועט און געבראַכט קיין ניו־יאָרק. דאָס איבעריקע איז געלעגן באַהאַלטן אין ליטע ביז נאָענט צום סוף פֿון דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט, אין 1990.
שוין 20 יאָר לאַנג וואָס ייִוואָ פּרוּווט איבערצײַגן ליטע אומצוקערן די זאַמלונג אין איר הויפּטקוואַרטיר אין מאַנהעטן. אָבער אַחוץ אַ קורצער צײַט אין די 1990ער, ווען ליטע האָט געשיקט אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע קיין ניו־יאָרק, כּדי צו קסעראָקסירן די מאַטעריאַלן, און דערנאָך צוריקשיקן, איז זי פֿאַרבליבן אין דער ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק און אין דער ליטווישער אַרכיוו־צענטראַלע.
פֿאַר דער מלחמה האָבן אין ווילנע געוווינט מער ווי 100,000 ייִדן.
דער ליטווישער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זיגימאַנטאַס פּאַוויליאָניס, האָט געזאָגט, אַז זײַן לאַנד שטאָלצירט מיט זײַן ייִדישער קולטור־ירושה. ער האָט געזאָגט, אַז די ליטווישע רעגירונג פּלאַנירט צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע ייִדישע ערטער אין און לעבן ווילנע, ווי די גרויסע שיל, און דעם דענקמאָל אין פּאָנאַר, וווּ צענדליקער טויזנטער ייִדן זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן בעת דעם חורבן.
„אונדזער חלום איז צו פֿאַרוואַנדלען ווילנע אין אַ שטאָט ווי קראָקע,‟ האָט פּאַוויליאָניס געזאָגט. דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון דער פּוילישער שטאָט קראָקע איז הײַנט אַ פּאָפּולער טוריסטן־אָרט.
קריטיקער פֿונעם „ווילנע־פּראָיעקט‟ טענהן, אַז דאָס וועט העלפֿן ליטע ריינוואַשן איר בלוטיקע ראָלע אינעם חורבן. דוד כּץ, אַ געוועזענער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין ווילנער אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט: „אַחוץ דעם אַבסורד־הויכן פּרײַז פֿון דעם פּראָיעקט, שפּילט צו אויך דער פֿאַקט, אַז דער עקסטרעם־רעכטער לאַגער אין דער ליטווישער רעגירונג ניצט אויס אַזוינע ייִדיש־פּראָיעקטן, ווי אַ באַווײַז פֿון זייער מיטאַרבעט מיט די ייִדן, נישט געקוקט אויף זייער רעוויזיאָניסטישער פּלאַטפֿאָרמע וואָס שייך דעם חורבן.‟
אָבער דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, האָט געזאָגט, אַז מע דאַרף נישט „בויקאָטירן‟ די ליטווישע רעגירונג, וואָס שייך יעדן פּראָיעקט, פֿאַרבונדן מיט די ייִדן און ייִדישע ענינים. „עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ ריזיקער צאָל מאַטעריאַלן,‟ האָט פֿישמאַן געזאָגט. „ס׳וואָלט געווען אַ מיצווה צו פֿאַראייניקן די אַרכיוון און מאַכן זיי צוטריטלעך.‟
„ייִדן האָבן דאָך ריזיקירט מיטן לעבן צו ראַטעווען די מאַטעריאַלן, טאַקע כּדי די צוקונפֿטדיקע דורות זאָלן קענען האָבן צוטריט צו היסטאָרישע ייִדישע דאָקומענטן. פֿון אַ מאָראַלישן קוק־ווינקל, זענען מיר מחויבֿ דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט,‟ האָט פֿישמאַן באַטאָנט.
ייִוואָ זאָגט, אַז זי וועט סקאַנירן 10,000 זעלטענע אָדער אייגנאַרטיקע ביכער און בערך 1.5 מיליאָן דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט טאָגביכער, בריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײַטונגען, פּאָליטישע און רעליגיעזע פּאַמפֿלעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.