ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 07, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז

דער ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז וועט זיך ווידער טרעפֿן מיטוואָך, דעם 22סטן אָקטאָבער, 7:30 אין אָוונט בײַ דער שיל „אנשי חסד‟ אין מאַנהעטן (251 וועסט 100טע גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שרײַבקרײַז: קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן 212-663-2069 אָדער שרײַבט Cnydorf@aol.com.

קאָנצערט בײַם „אַרטיסטן און פֿרײַנט אַקטיאָרן-קלוב‟

מרים חיה־סגל
Yana Lyubovitsky
מרים חיה־סגל

מאָנטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער וועלן מרים חיה־סגל, חיים וואָלף און סטיוו סטערנער אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט „ייִדיש איז אַ מחיה, שלאַגערס און סקיצן פֿון דער צווייטער עוועניו ביז פּיטקין עוועניו‟.

דער קאָנצערט, צוזאַמען מיט אַ כּשרער וועטשערע, וועט פֿאָרקומען 6:30 אין אָוונט בײַ דער „סאָטאָן פּלייס סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן (225 איסט 51סטע גאַס). פֿײַוויש פֿינקל וועט דינען וו דער קאָנפֿעראַנסיע.

בילעטן קען מען באַשטעלן ביזן 20סטן אָקטאָבער. קלינגט אָן 516-569-1678 אָדער שרײַבט yafac18@aol.com.

קורס אויף ייִדיש וועגן ווילנע

ד׳׳ר יהושע קאַרליפּ
ד׳׳ר יהושע קאַרליפּ

בײַם ניו־יאָריקער „ייִוואָ‟ וועט ד׳׳ר יהושע קאַרליפּ פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט אָנפֿירן מיט אַ קורס, וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער ווילנע. דער קלאַס, מיטן נאָמען „ירושלים ד׳ליטאַ: אַ קורס אין קולטור־געשיכטע און ליטעראַטור‟, וועט אויספֿאָרשן דאָס ייִדישע לעבן אין ווילנע פֿונעם 18סטן יאָרהונדערט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה דורכן לייענען ליטעראַרישע טעקסטן, פֿאַרבונדן מיט דער שטאָט. די הויפּט־טעמעס פֿונעם קורס וועלן זײַן די מוסר־באַוועגונג, די רבנישע קולטור, די השׂכּלה, ציוניזם, ייִדישער סאָציאַליזם, דאָס אָרטאָדאָקסישע לעבן, דער קאַמף צווישן חסידים און מתנגדים, דער אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור און דאָס קולטור־לעבן אין דער וולינער געטאָ. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן 6:15 אין אָוונט, יעדן מאָנטיק, פֿונעם 27סטן אָקטאָבער ביזן 1טן דעצעמבער. דער קורס קאָסט 225 דאָלאַר פֿאַר „ייִוואָ‟־מיטגלידער און 300 דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: 212-294-8301 (צוגאָב־נומער 5167) אָדער שרײַבט lfalk@yivo.cjh.org.