אינעם ירושלימער „האָטעל אינבאַל‟ („מלון ענבל‟) זענען פֿאַראַן צימערן, וואָס שיידן זיך אונטער פֿון די אַנדערע מיט אַ וויכטיקן פּרט: די ווענט זענען געמאַכט פֿון שניט־סחורה און דער אָפֿענער דאַך איז צוגעדעקט מיט אַ באַמבוק־סכך. אַ טוץ פֿון די „פֿינף־שטערנדיקע‟ לוקסוס־דירות אינעם דאָזיקן האָטעל זענען אויסגעשטאַט מיט אַ באַקוועמער, שיין־באַצירטער און רחבֿותדיקער סוכּה, פֿון וועלכער עס עפֿנט זיך אַ פּרעכטיקע פּאַנאָראַמע פֿון דער שטאָט.
אַזעלכע האָטעל־סוכּות זענען אַ נײַער חידוש פֿון דער ירושלימער טוריסטישער אינדוסטריע. אַ משפּחה פֿון פֿיר מענטשן קאָן באַשטעלן אַזאַ לוקסוס־וווינונג אויף אַלע 8 טעג פֿון די יום־טובֿים פֿאַר גאָר אַ גרויסער סומע — בערך 50,000 דאָלאַר. דרײַ סעודות יעדן טאָג זענען אײַנגעשלאָסן אינעם פּרײַז.
יעדע סוכּה איז מעבלירט מיט אַ ברייטן רויטן דיוואַן, צוויי פֿאָטעלן און אַ גלעזערנעם קאַווע־טיש מיט אַ פּאָלירטער הילצערנער ראַמע. אויף אַלע אַלע צוועלף טײַערע דירות האָבן זיך געפֿונען בעלנים, וועלכע האָבן זיי שוין באַשטעלט, כּדי צו פֿאַרברענגען דאָרטן די יום־טובֿים.
אַזוי ווי אַנדערע ישׂראלדיקע האָטעלן, זענען אויפֿן שטח פֿון „אינבאַל‟ אויך פֿאַראַן צוויי גרויסע סוכּות פֿאַר אַלעמען, וווּ עס קאָנען זיך אַרײַנפּאַסן 600 געסט. אַ טייל באַזוכער פֿון דער שטאָט ווילן אָבער פֿאַרברענגען די יום־טובֿדיקע טעג אין אַ פּריוואַטער סוכּה.
ס׳רובֿ ייִדן, וואָס בויען אַן אייגענע סוכּה, הייבן אָן טראַכטן וועגן דער קאָנסטרוקציע און באַצירונגען נישט לאַנג פֿאַרן יום־טובֿ. אינעם „אינבאַל־האָטעל‟, האָט מען אָנגעהויבן פּלאַנירן די יום־טובֿדיקע דירות מיט דרײַ חדשים פֿריִער. די געסט האָבן אויסגעקליבן די באַליבטע קאָליר־קאָמבינאַציעס און די מעבלירונג פֿון זייער פּריוואַטער סוכּה.
אַלעקס הערמאַן, דער וויצע־פּרעזידענט פֿאַר האַנדל און מאַרקעטינג בײַם „אינבאַל־האָטעל‟, האָט איבערגעגעבן, אַז דער פּראָיעקט האָט געקאָסט, בסך־הכּל, אַרום 100,000 דאָלאַר. כּדי צו באַזאָרגן די געסט אין די לוקסוס־דירות, האָט מען געדונגען צענדליקער נײַע באַאַמטע. הערמאַן האָט דערקלערט, אַז צוליב דעם, וואָס ער האָט געדאַרפֿט אויספֿירן פֿאַרשיידענע פֿאָדערונגען מצד די באַשטעלער פֿון די טײַערע האָטעל־נומערן, האָט ער גאַנצע נעכט נישט געקאָנט שלאָפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.