אַקוראַטקייט פֿון צה״ל־אַטאַקן, לויט „יו־ען‟־מאַפּעס

U.N. Maps Show Accuracy of Israel’s Strikes

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published October 08, 2014, issue of October 24, 2014.

אַ „צה״ל‟־מאַפּע פֿון די אַטאַקן אינעם עזה־ראַיאָן שודזשאַיִאַ
IDF
אַ „צה״ל‟־מאַפּע פֿון די אַטאַקן אינעם עזה־ראַיאָן שודזשאַיִאַ

פּרוּוונדיק אָפּצוּוואַרפֿן די פֿאַרדעכטיקונגען אין מלחמה־פֿאַרברעכנס, האָבן די שטיצער פֿון ישׂראל זיך געגעבן אַ נײַע עצה: צו באַנוצן זיך מיט די מאַפּעס פֿון דער „יו־ען‟, כּדי צו רעקאָנסטרויִרן און אַנאַליזירן די געאָגראַפֿישע פּרטים פֿון דער אַנומלטיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אינעם עזה־פּאַס.

אין סוף אויגוסט, האָט דער ביוראָ פֿאַרן קאָאָרדינירן די הומאַניטאַרע ענינים בײַ דער „יו־ען‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ זאַמלונג פֿון פּינקטלעכע מאַפּעס און לופֿט־פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס ווײַזן די ערטער, וואָס די ישׂראלדיקע אַרמיי האָבן האָט געבראַכט שאָדן צו די פּאַלעסטינער, בעת דער 50־טאָגיקער מלחמה. ביז איצט אָבער האָט די ברייטע מעדיאַ נישט באַהאַנדלט דעם אַנאַליז פֿון דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע.

דען סמיט, אַ ישׂראלדיקער געאָ־אַנאַליטיקער פֿון ירושלים, האָט באַמערקט, אַז הגם די „יו־ען‟ באַציט זיך, געוויינטלעך, קריטיש צו ישׂראל, ווײַזן די מאַפּעס, אַז צה״ל האָט אַטאַקירט בלויז די אָביעקטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו „כאַמאַס‟, און נישט צופֿעליקע הײַזער. סמיטס אַנאַליז קאָן העלפֿן, מעגלעך, צו פֿאַרטיידיקן ישׂראל פֿון די פֿאָרמעלע באַשולדיקונגען אין מלחמה־פֿאַרברעכנס.

לויט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, מוז דער באַשולדיקטער צד פֿונעם קאָנפֿליקט באַווײַזן, אַז בעת די מיליטערישע אָפּעראַציעס האָט מען געשטרעבט אויסצומײַדן די ציווילע קרבנות, און אַז מע האָט נישט אויסגענוצט אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע גוואַלד־מיטלען. לויט סמיטס אַנאַליז, האָט צה״ל אויסגעמיטן די פּאַלעסטינער שפּיטעלער און עלעקטראָ־סטאַנציעס, און אַז 72 פּראָצענט פֿון די צעשטערטע בנינים געפֿינען זיך בלויז אויפֿן מהלך פֿון 2 מײַל פֿון דער ישׂראלדיקער גרענעץ. לויט זײַן מיינונג, איז דאָס אַ סימן, אַז די צה״ל־אַטאַקן זענען געווען אָנגעצילט אויף די מעגלעכע „כאַמאַס‟־טונעלן.

די קריטיקער באַמערקן אָבער, אַז אויב אַפֿילו די ישׂראלדיקע כּוחות האָבן טאַקע סיסטעמאַטיש אַטאַקירט די ערטער, וווּ עס האָבן זיך, לויט זייערע השערות, געפֿונען די טעראָריסטן, זענען בעת דער מלחמה אומגעקומען אַ אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע צאָל מענטשן — 2,131 נפֿשות, אַרײַנגערעכנט 1,473 ציווילע לײַט און 501 קינדער. אין פֿאַרגלײַך, האָט די צאָל ישׂראלדיקע ציווילע קרבנות באַטראָפֿן בלויז 4 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ 4־יאָריק קינד. דערצו זענען בערך אַ האַלב מיליאָן תּושבֿים פֿון עזה געבליבן אָן אַ היים.

שׂרית מיכאלי, די וואָרטזאָגערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע „בצלם‟, וואָס פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער די ענינים פֿון מענטשנרעכט אויף די אָקופּירטע שטחים, האָט באַמערקט, אַז הגם ס׳איז קלאָר, אַז די צה״ל־אַטאַקן האָבן זיך פאָקוסירט אויף דער גרענעץ־געגנט, איז עס לאַוו־דווקא אַ ראַיה, אַז מע האָט געהאַט דאָס רעכט צו אַטאַקירן אַזויפֿיל אָביעקטן, אַז זיי האָבן געהאַט אַן עכטן מיליטערישן צוועק, און אַז מע האָט אויסגעמיטן די אַטאַקן אויף דער ציווילער באַפֿערקערונג אינעם דאָזיקן ראַיאָן.