דער טערקישער פּרעזידענט, טאַיִפּ ערדאָדאַן, האָט געוואָרנט, אַז די קורדישע שטאָט קאָבאַני, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון סיריע, לעבן טערקײַ, האַלט בײַם אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון דער מיליטאַנטישער אָרגאַניזאַציע ISIS. די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אינעם דרום־מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון דער שטאָט, נאָך אַ שווערער דרײַ־וואָכיקער שלאַכט, בעת וועלכער עס זענען אומגעקומען 400 מענטשן.
די אָנגייענדיקע שלאַכטן בײַ דער גרענעץ איז אַן אַנדער סיבה, צוליב וועלכער טערקײַ, וואָס פֿאַרמאָגט די שטאַרקסטע מיליטערישע כּוחות אינעם ראַיאָן, וועט, מעגלעך, זיך באַטייליקן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָאַליציע קעגן ISIS, וועלכע וויל איבערנעמען קאָבאַני, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן איר פּאָזיציע אין דער גרענעץ־געגנט און צו קאָנסאָלידירן די טעריטאָריאַלע עקספּאַנסיע אין סיריע און איראַק. די אַמעריקאַנער לופֿט־באָמבאַרדירונגען האָבן דערווײַל נישט אָפּגעשטעלט דעם דורכריס פֿון די מיליטאַנטן אין דער דאָזיקער שטאָט.
בעת אַ באַזוך אין אַ לאַגער פֿאַר סירישע פּליטים, האָט ערדאָגאַן געמאָלדן, אַז די פּראָבלעם פֿון דער „איסלאַמישער מלוכה‟ קאָן נישט געלייזט ווערן בלויז דורך לופֿט־אַטאַקן. דער פּרעזידענט האָט דערקלערט, אַז אויב די מיליטאַנטן וועלן שטעלן אין סכּנה די טערקישע סאָלדאַטן, וועט טערקײַ זיך אַרײַנמישן אינעם קאַמף קעגן דער ראַדיקאַלער גרופּע. ISIS האָט שוין אויפֿגעהאַנגען אירע פֿאָנען איבערן מיזרחדיקן טייל פֿון קאָבאַני, וואָס מע קאָן זיי דערזען אויף דער טערקישער זײַט פֿון דער גרענעץ.
אַסיאַ אַבדולאַ, אַ הויכראַנגיקער קורדישער באַאַמטער, האָט איבערגעגעבן „רויטערס‟, אַז די מיליטאַנטן באַנוצן זיך מיט שווערער אַרטילעריע. די אָרטיקע תּושבֿים האָבן געקעמפֿט קעגן זיי מיט אַלע כּוחות, אָבער ISIS באַוועגט זיך, צו ביסלעך, צום צענטער פֿון דער שטאָט. דינסטיק, דעם 7 אָקטאָבער, איז דער צענטראַלער טייל פֿון קאָבאַני געווען באַדעקט מיט רויך; צוויי טערקישע הילף־אויטאָס האָבן איבערגעשניטן די גרענעץ און אַוועקגעטראָגן די פֿאַרוווּנדעטע קיין טערקײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.