אַלץ מער מענטשן אין מאָסקווע גייען יום־כּיפּור אין שיל. אַלע מאָסקווער שילן — אַרום אַ טוץ — זענען געווען פֿולגעפּאַקט דאָס יאָר. אין דער גרויסער כאָר־שיל אויף אַרכיפּאָוו־גאַס, ווי אויך אין דער גרויסער חב״ד־שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ זענען געקומען כּמעט 1,000 מענטשן.
נאָך יום־כּיפּור האָבן די ייִדישע אַקטיוויטעטן אין מאָסקווע ווידער אויפֿגעלעבט.
זונטיק דעם 5טן אָקטאָבער איז אין מאָסקווער ייִדישן מוזיי פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, אָרגאַניזירט פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟: „אַ געלעכערטער מאַנטל און אַ שאַרפֿע צונג‟. גערעדט האָט מען וועגן אַבֿרהם אבן עזרא — איינער פֿון די באַרימטסטע העברעיִשע פּאָעטן פֿונעם „גאָלדענעם יאָרהונדערט‟ אין שפּאַניע — אַ שאַרפֿזיניקער און אַ בײַסיקער. ער איז אויך געווען אַ לינגוויסט און האָט צונויפֿגעשטעלט עטלעכע ווערק וועגן העברעיִשער גראַמאַטיק, — אַ פֿילאָסאָף און אַ מחבר פֿון אַ ראַציאָנאַלסטישן קאָמענטאַר אויפֿן תּנ‟ך.
דער דאָזיקער אָוונט איז געווען געווידמעט דער נײַער אויסגאַבע פֿון אבן עזראס קאָמענטאַר צו דער תּורה אין דער רוסישער איבערזעצונג, געמאַכט פֿון סעמיאָן פּאַריזשסקי און אַריה אָלמאַן. עס האָבן דערציילט וועגן אבן עזרא פֿיר מענטשן: דעם קאָמענטאַר האָט פֿאָרגעשטעלט דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, ברוך גאָרין. ער האָט דערציילט וועגן אבן עזראס צוגאַנג צו פּרשנות, וועגן זײַן פּאָלעמיק מיט דער „פֿראַנצייזישער שול פֿון פּרשנות‟ און פּערזענלעך מיט רשין, און פֿאַרגליכן רשיס און אבן עזראס קאָמענטאַרן.
דער איבערזעצער פֿון דעם קאָמענטאַר, סעמיאָן פּאַריזשסקי, האָט גערעדט דווקא וועגן דער וועלטלעכער זײַט פֿון אבן עזראס ווערק. דער הויפּט פֿונעם פֿאָרש־צענטער בײַם נײַעם ייִדישן מוזיי, אורי הערשאָוויטש, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אבן עזראס פֿילאָסאָפֿיע און וועגן דער השפּעה פֿון זײַנע ווערק אויף דער ווײַטערדיקער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. דער קאָדיקאָלאָג, היסטאָריקער פֿון העברעיִש געשריבן בוך, פּראָפֿעסאָר סעמיאָן יאַקערסאָן, האָט דערציילט וועגן אבן עזראס כּתבֿ־ידן, וואָס געהערן צו פֿירקאָוויטשעס זאַמלונג און געפֿינען זיך אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג.
דינסטיק דעם 7טן אָקטאָבער איז דאָרטן, אינעם מוזיי, דורכגעפֿירט געוואָרן אַ באַגעגעניש לזכר דעם אויפֿשטאַנד אין אוישוויץ, וואָס איז געשען פּונקט מיט 70 יאָר צוריק. אָרגאַניזירט דעם אויפֿשטאַנד האָט די אוישוויצער זאָנדערקאָמאַנדע. דער אויפֿשטאַנד האָט ניט מצליח געווען, אָבער עטלעכע צענדליקער מענטשן זענען פֿאָרט אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַגער און געבליבן לעבן. אַחוץ דעם, איז די אויפֿשטענדלער געלונגען צו צעשטערן איינעם פֿון די קרעמאַטאָריעס. צווישן די אומגעקומענע מיטגלידער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדע האָבן זיך באַרימט געמאַכט עטלעכע מענטשן צוליב די כּתבֿים, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן, און באַהאַלטן אינעם לאַגער אין דער ערד. דאָס איז אַ וויכטיקער קוואַל צו דערוויסן זיך, ווי אַזוי דער לאַגער איז אָרגאַניזירט געוואָרן און האָט פֿונקציאָנירט.
מיט עטלעכע יאָר צוריק זענען די דאָזיקע כּתבֿים דערשינען אין אַ רוסישער איבערזעצונג. דעם אָוונט אין מוזיי האָט אָרגאַניזירט פּאַוועל פּאָליאַן, וואָס האָט די דאָזיקע אויסגאַבע צוגעגרייט. ער איז אויך דער מחבר פֿונעם בוך „מגילות פֿון אַש‟ — אַ פֿאָרשונג פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדע. אינעם אָוונט האָבן אויך אָנטייל גענומען ברוך גאָרין, ר’ דוד קאַרפּאָוו, עטלעכע פֿאָרשער פֿון חורבן און פֿון ייִדישער געשיכטע. מע האָט אויך דעמאָנסטרירט אַ פֿילם וועגן זאָנדערקאָמאַנדע — „קנעכטן פֿון גאַז־קאַמערן‟, וואָס ס׳האָט געמאַכט דער דײַטשער רעזשיסאָר עריק פֿרידלער.
און נאָך אַ וויכטיקע אויסגאַבע: די וואָך איז אין מאָסקווע פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ לערנבוך פֿון העברעיִש. אין רוסלאַנד זענען דאָ אַ סך העברעיִשע לערנביכער: ישׂראלדיקע, אַמעריקאַנער און אַנדערע, אָבער ביז איצט איז ניט געווען קיין לערנבוך, וואָס וואָלט געווען אָנגעשריבן פֿאַר רוסיש־רעדערס, און אָנגעשריבן אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ. דאָס לערנבוך איז צוגעגרייט געוואָרן אויף דער קאַטעדרע פֿון ייִדישע לימודים בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט און באַשטימט פֿאַר די רוסלענדישע אוניווערסיטעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.