ערבֿ יום-כּיפּור האָט די רביצין פּנינה פֿעלדמאַן געשיקט אַ בליצבריוו צו מעני וואַקס, דעם פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „צדק‟, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די אויסטראַלישע ייִדן, וועלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברויכן בעת זייערע קינדער־יאָרן. וואַקס אַליין האָט אויך געליטן אַזעלכע מיסברויכן, און דווקא אין דער שיל פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה טאָגשול. רביצין פֿעלדמאַן איז די פֿרוי פֿונעם הויפּט־רבֿ פֿון חב”ד אין סידנעי, איינע פֿון די אָנגעזעענסטע רביצינס אין לאַנד.
אינעם בליצבריוו האָט די רביצין פֿעלדמאַן אָנגעזאָגט וואַקסן, אַז כאָטש עס טוט איר לײַד פֿאַר אים און פֿאַר אַלע געליטענע, וואָלט געווען בעסער און געזינטער, ווען ער פֿאַרנעמט זיך מער נישט מיטן ענין פֿון סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער בײַ ייִדן, און אַז ער זאָל ווײַטער אָנגיין מיטן לעבן. זי האָט אויך באַמערקט, אַז מע רופֿט וואַקסן „אַ נידעריקן טיפּ‟, און אַז דאָס וואָס ער פֿאָדערט אַן אַנטשולדיקונג פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה פֿאַר נישט פֿאַרטיידיקן אים און אַנדערע תּלמידים אין דער טאָגשול פֿון אַזעלכע מיסברויכן, און דאָס באַשולדיקן זיי אינעם אויסבאַהאַלטן די פֿאַקטן פֿון די אָנפֿאַלן פֿון פּאָליציי איז „אומיושרדיק נישט פֿאַרדינט און שלעכט‟.
די רביצין פֿעלדמאַן זאָגט, אַז איר בליצבריוו איז געווען אַ רעאַקציע אויף דעם ווי זי האָט גלײַך פֿאַר יום-כּיפּור באַקומען אַ בליצבריוו, וואָס דערמוטיקט דעם לייענער אונטערצושרײַבן די פּעטיציע, וואָס גייט איצט אַרום צווישן ייִדן אין אויסטראַליע. די פּעטיציע פֿאָדערט, אַז די איצטיקע מיטגלידער פֿון דער ישיבֿה־אָנפֿירערשאַפֿט אין מעלבורן, וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דער ישיבֿה טאָגשול און מיטן ישיבֿה־צענטער במשך פֿון די 1980ער און 1990ער יאָרן, בעת די אָנגעשטעלטע פֿון דער ישיבֿה זײַנען באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן די תּלמידים פֿון דער ישיבֿה טאָגשול, זאָלן רעזיגנירן פֿון זייערע געזעלשאַפֿטלעכע אַמטן און זיך אַנטשולדיקן פֿאַר די געליטענע. צוויי געוועזענע אָנגעשטעלטע פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה זײַנען שפּעטער פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זיצן אין טורמע, ווײַל זיי זײַנען באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן אַ טייל תּלמידים פֿון דער ישיבֿה טאָגשול.
וואַקס האָט זיך אָפּגערופֿן אויפֿן בליצבריוו, זאָגנדיק, אַז ער קען זיך נישט דערלויבן צו גיין אין שיל יום-כּיפּור, ווײַל סעקסועלע מיסברויכן זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן אים דווקא אין דער שיל בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה. ער האָט אויך געזאָגט, אַז ער גיט איבער דער רביצין פֿעלדמאַנס בליצבריוו צו דער פּאָליציי, ווײַל ס’איז דאָ אַ רמז אינעם טעקסט, אַז די שרײַבערין ווייסט וועגן אַנדערע פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער, וועלכע מע האָט קיין מאָל נישט איבערגעגעבן דער פּאָליציי. דאָס נישט איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער איז אַ פֿאַרברעכן אין אויסטראַליע.
מאָנטיק נאָך יום-כּיפּור האָט די רביצין פֿעלדמאַן זיך אַנטשולדיקט פֿאַר וואַקסן פֿאַר אירע רייד. זי זאָגט אין דער אַנטשולדיקונג, אַז די ווערטער, מיט וועלכע זי האָט זיך באַנוצט אינעם בליצבריוו, זײַנען געווען נישט פּאַסיקע, און אַז זיי האָבן געקאָנט באַליידיקן.
זי האָט אָבער געשיקט די אַנטשולדיקונג נישט צו וואַקסן, נאָר צו אַ לאָקאַלער צײַטונג. וואַקס האָט זיך ערשט דערוווּסט וועגן דער אַנטשולדיקונג אין מיטן פֿון אַ ראַדיאָ־אינטערוויו מיט לאָקאַלע זשורנאַליסטן. וואַקס האָט אָנגענומען די אַנטשולדיקונג מיט אַ טאָג שפּעטער און האָט אויך באַדאַנקט די מעלבורנער רבנים, וועלכע האָבן אײַנגערעדט די רביצין, אַז זי זאָל זיך אַנטשולדיקן. דאָס איז אָבער נישט געווען דער סוף פֿון דער מעשׂה.
וואַקס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אָנפֿאַל אויף דער רביצינס זון, הרבֿ אלי פֿעלדמאַן, אויף פֿעלדמאַנס עפֿנטלעכער „פֿייסבוק‟־זײַט. נישט דערמאָנענדיק אים בײַם נאָמען, איז קלאָר פֿונעם טעקסט, אַז וואַקס באַשולדיקט דעם יונגן סידנעיער רבֿ אין „פֿאַרשפּרייטן שׂינאה, ליגנס און פֿאַרקריפּלונגען‟, כאָטש „ווי אַ טייל פֿון פּריוואַטע שמועסן‟. דער אָנזאָג איז שפּעטער אָפּגעמעקט געוואָרן.
לויט דער וואָכנשריפֿט „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, פֿאַרנעמט זיך דער סיכסוך דערמיט, וואָס וואַקס און די פֿעלדמאַנס געדענקען אַנדערש די סיטואַציע נאָך דעם, ווי דער יוגנטלעכער מעני וואַקס האָט זיך צײַטווײַליק באַזעצט אין סידנעי נאָכן פֿאַרלאָזן די מעלבורנער ישיבֿה, און האָט אָנגעהויבן לערנען זיך אין דער סידנעיער ישיבֿה. וואַקס’ עלטערן האָבן לעצטנס פֿאַרלאָזט מעלבורן און האָבן זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל, זאָגנדיק, אַז עס איז געוואָרן אוממעגלעך פֿאַר זיי צו בלײַבן אין די חב”ד־קרײַזן אין אויסטראַליע נאָך דעם, ווי מעני האָט אָנגעהויבן זײַן עפֿנטלעכן קאַמף צו פֿאַרזיכערן יושר פֿאַר די געליטענע תּלמידים פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה.
הרבֿ פֿעלדמאַן האָט רעאַגירט אויף מעני וואַקס’ „פֿייסבוק‟־אָנפֿאַל, זאָגנדיק, אַז ער פֿילט זיך „שאָקירט און פֿאַרטרויערט‟. ער זאָגט אויך, אַז אויב זײַן מוטער האָט נישט געדאַרפֿט שיקן איר בליצבריוו צו וואַקסן, האָט מעני וואַקס, אַוודאי און אַוודאי נישט געדאַרפֿט פֿאַרעפֿנטלעכן אַזאַ טעקסט אויף זײַן, הרבֿ פֿעלדמאַנס, „פֿייסבוק‟־זײַט.
מעני וואַקס האָט רעאַגירט דערויף זאָגנדיק, אַז ער האָט זיך דערוווּסט, אַז הרבֿ פֿעלדמאַן און אַנדערע רבנים באַרעדן אים און זײַן משפּחה, און אַז ער לייקנט זייערע ווערטער אין גאַנצן. מסתּמא וואָלט געווען גלײַכער, ווען אַלע פֿאַרנעמען זיך מיטן העלפֿן די געליטענע און מיט אויסזוכן אַלע פֿאַרברעכער, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די מיסברויכן קעגן אומשולדיקע קינדער. דער עפֿנטלעכער סיכסוך לאָזט איבער אַ שלעכטן טעם אין מויל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.