אין אַמעריקע האָט דער הײַיאָריקער באַשלוס פֿונעם נאָבעל־קאָמיטעט פֿאַר ליטעראַטור צו באַלױנען דעם פֿראַנצױזישן שרײַבער פּאַטריק מאָדיאַנאָ, װידער אַרױסגערופֿן אַ דערשטױנונג: פֿאַרװאָס ניט פֿיליפּ ראָט? מאָדיאַנאָס נאָמען איז כּמעט װי אומבאַקאַנט דעם אַמעריקאַנער לײענער, הגם אין פֿראַנקרײַך האָבן אים זײַנע דרײַ צענדליק ביכער געבראַכט אַלע מעגלעכע פּרעמיעס; און זײַן שאַפֿונג איז פּאָפּולער אין די אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן, װוּ מען האָט אָנגעשריבן 16 דיסערטאַציעס װעגן זײַנע װערק.
מאָדיאַנאָס ראָמאַנען זײַנען ענלעך אײנער אױף דעם אַנדערן. זײ זײַנען רעלאַטיװ קורץ, אַרום הונדערט זײַטן. זײ װערן דערצײלט פֿון דער ערשטער פּערזאָן, און די טעמעס זײערע האָבן אַ שײַכות מיט די זוכענישן פֿונעם אָנגעװױרענעם עבֿר. צוליב אָט דער אײגנשאַפֿט האָבן אײניקע קריטיקער פֿאַרגליכן מאָדיאַנאָ מיט מאַרסעל פּרוסט. פּרוסט האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ געװיסע השפּעה אױף מאָדיאַנאָס אופֿן פֿון שרײַבן, אָבער דער רעזולטאַט האָט זיך באַקומען אַ היפּוכדיקער. מאָדיאָנאָ מײַדט אױס װאָסער ניט איז שײנקײט אין זײַנע שילדערונגען פֿון דער אַמאָליקער צײַט. בעת פּרוסט האָט בדעה געהאַט אויפֿצולעבן די „פֿאַרלױרענע צײַט‟, לאָזט מאָדיאַנאָ די פֿאַרגאַנגענהײט אָן אַ קיום. זי איז אַן אײביקער סוד פֿאַר זײַנע העלדן, װאָס זײַנען פֿאַרטאָן אין דער אומזיסטער טירחה פֿון זוכן נאָך שליסלען צו דער טיר פֿון דעם עובֿר. צאָמול איז דאָס דער עובֿר פֿונעם דערצײלער, װי אינעם ראָמאַן „די גאַס פֿון טונקעלע קראָמען‟ (1978), פֿאַר װעלכן ער האָט באַקומען די „גאָנקור–פּרעמיע‟. אין אַנדערע ראָמאַנען זײַנע, װי „אַ חתונה־רײַזע‟ (1990) און „דאָראַ ברונער‟ (1997) זוכט מען ייִדן, װאָס זײַנען פֿאַרלױרן געגאַנגען בשעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך.
מאָדיאַנאָס פֿאָטער שטאַמט פֿון אַ ספֿרדישער משפּחה, װאָס האָט געלעבט אין סאַלאָניקי און אין איטאַליע. ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן מיט פֿאַלשע פּאַפּירן אין פּאַריז, האַנדלענדיק אױפֿן „שװאַרצן מאַרק‟ מיט די דײַטשן. זײַן מוטער איז געװען אַ פֿראַנצױזישע אַקטריסע פֿון פֿלעמישן אָפּשטאַם. מאָדיאַנאָ אַליין איז געבױרן געװאָרן אין 1945, און דאָס רובֿ װערק זײַנע באַהאַנדלען אַזױ אָדער אַנדערש די צײַט פֿאַר זײַן געבורט. די דערפֿאַרונג פֿון דער אָקופּאַציע איז אַ רעטעניש, װאָס לאָזט זיך ניט לײזן, אָבער האַלט אין אײן דערקוטשען די ווײַטערדיקע דורות.
אין אַן אינטערװיו דערקלערט מאָדיאַנאָ זײַן שעפֿערישן מעטאָד: „איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין ניט אימשטאַנד אויפֿצולעבן דעם עבֿר. דערפֿון פֿאַרבלײַבן בלױז שטיקלעך, אײנצלנע עפּיזאָדן‟. פֿון אָט די דאָזיקע שטיקלעך שטוקעװעט ער צונױף זײַנע ראָמאַנען. דערבײַ האָט ער ניט אין זינען צו שאַפֿן אַן אילוזיע פֿון אַ גאַנצקײט און גלײַכקײט פֿונעם צײַט־שטראָם. די צײַט פֿליסט אין זײַנע ראָמאַנען מיט איבעררײַסן און איבערבראָכן, װאָס לאָזן זיך ניט דערקלערן.
דער סטיל פֿון מאָדיאַנאָס פּראָזע איז פּראָסט און זאַכלעך. זײַנע זאַצן זײַנען קורץ, פֿאַקטיש און דירעקט װי אַ פּאָליציייִשער פּראָטאָקאָל אָדער אַ האַנט–בוך. אָבער הינטער דעם דאָזיקן פּשטות באַהאַלט זיך אַ פֿאַרפּלאָנטערטע נעץ פֿון פֿאַרשװײַגונגען, רמזים און ליגנס. מען קאָן קײן מאָל ניט דערגײן צו דעם לעצטן אמת, װײַל יעדער פּערסאָנאַזש האָט געװיסע מאָמענטן אין זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, װאָס ער װיל בשום־אופֿן ניט אַנטפּלעקן. מאָדיאַנאָ שעפּט פֿון דער מאָדערנער טראַדיציע פֿונעם פֿראַנצױזישן „נײַעם ראָמאַן‟, װי אױך פֿון די פּסיכאָ–אַנאַליטישע טעאָריעס פֿון פֿרױד און לאַקאַן. אָבער זײַן ליטעראַרישער פּסיכאָ־אַנאַליז ברענגט ניט קײן פּאָזיטיװע רעזולטאַטן. אַנשטאָט הײלונג ברענגט ער טױט זײַנע העלדן, זיי זײַנען מער ניט בכּוח צו טראָגן דעם יאָך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט.
דער עבֿר לעבט אין די טונקעלע פּאַריזער גאַסן, ביליקע קאַפֿעען און קלײנע האָטעלן. מאָדיאַנאָס העלדן װאַנדערן איבער דער ריזיקער שטאָט, זוכנדיק די פֿאַרגאַנגענע יאָרן אָדער אַנטלױפֿן פֿון זײ. זײ װערן נעלם אױף לאַנגע יאָרן און דערנאָך פּלוצעם שװימען זײ װידער אַרױף אונטער אַנדערע נעמען און מיט פֿאַלשע פּאַספּאָרטן פֿון װײַטע לענדער. מאָדיאַנאָ שילדערט די פּאַריזער לאַנדשאַפֿט מיט התמדה, ער גיט גענױע אַדרעסן פֿון מאַרשרוטן, און דערבײַ בלײַבט די צײַט נעפּלדיק און צעמישט. ער שאַפֿט אַן אײַנדרוק, אַז צומאָל פֿאַלט מען דורך אין אַ צײַט־לאָך פֿון הײַנט אין דער אָקופּאַציע־תּקופֿה אַרײַן, װוּ יעדער אײנער איז פֿאַרטאָן אין פֿאַרדעכטיקטע געשעפֿטן.
מאָדיאַנאָ איז אַ מײַסטער פֿון דערצײלן. ער פֿאַרנאַרט דעם לײענער אין זײַן אױסגעטראַכטן שפּינװעבס פֿון כּישוף און שװינדלערײַ. דאָ איז גאָרנישט קלאָר, הגם אַלע פֿאַקטן װערן אױסגעלײגט װי אױף אַ טעלערל. ער באַניצט זיך זײער געניט און קונציק מיט די דערצײלערישע כּלים פֿון אַ קרימינעלן ראָמאַן, װאָס כאַפּט דעם לײענער אויף אַ מין אינטריגע־האַטשיק און לאָזט אים ניט אָפּ ביזן סוף; אָבער קײן לײזונג קומט סײַ־װי־סײַ ניט.
װי יעדער גרױסער שרײַבער, שאַפֿט מאָדיאַנאָ זײַן אײגענע װעלט. די מעשׂה־בראשית פֿון דער דאָזיקער װעלט איז די דײַטשישע אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, װאָס האָט חרובֿ געמאַכט די אײַנגעשטעלטע מאָראַלישע יסודות. די אָקופּאַציע איז דאָס קאָלעקטיװע אומבאַװוּסטזײַן פֿון הײַנטיקן פֿראַנקרײַך, און פּאַטריק מאָדיאַנאָ איז אַן אַנאַליטיקער, װאָס אַנטבלױזט דעם דאָזיקן תּהום פֿאַרן הײַנטיקן לײענער. דאָס קאָן אפֿשר דערקלערן, פֿאַרװאָס זײַנע װערק זײַנען שטאַרק פּאָפּולער אין אײראָפּע און כּמעט װי ניט באַקאַנט אין אַמעריקע. דער אַמעריקאַנער לײענער קאָן זיך פּשוט ניט דערקענען אינעם קרומען שפּיגל פֿון מאָדיאַנאָס כּוח־הדמיון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.