די צווייטע נאַכט ראָש־השנה, בעת אַ ייִדישן קאָנצערט אין מאָסקווע, האָט אַ גרופּע מאַנסבילן פּלוצלינג אויסגערופֿן באַליידיקונגען צום ראָק־שטערן אויף דער בינע, אַנדריי מאַקאַרעוויטש, און צעשפּריצט טרערנגאַז איבערן זאַל. אַלע 400 צוהערער זענען תּיכּף עוואַקויִרט געוואָרן.
דער „רוסישער ייִדישער קאָנגרעס‟ האָט דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ בולטער אַנטיסעמיטישער אַטאַק — ערשטנס, ווײַל די גרופּע האָט עס געטאָן אויף אַ ייִדישן יום־טובֿ (די סעקולערע רוסישע ייִדן פּראַווען יום־טובֿים דורך קולטורעלע אונטערנעמונגען אַנשטאָט רעליגיעזע), און צווייטנס, ווײַל די אַטאַקירער האָבן געניצט גאַז קעגן ייִדן, וואָס רופֿט אַרויס פּײַנלעכע זכרונות פֿונעם חורבן.
די מלוכיש־קאָנטראָלירטע רוסישע טעלעוויזיע־סטאַנציעס האָבן עס אָבער באַצייכנט ווי אַ לעגיטימער אויסדרוק פֿון פּראָטעסט קעגט מאַקאַרעוויטש „פֿאַר זײַן פֿרײַנדשאַפֿט און שטיצע פֿון די פֿאַשיסטן אין אוקראַיִנע‟.
במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מאַקאַרעוויטש, דער הויפּטזינגער פֿון דער ראָק־גרופּע „צײַט־מאַשין‟, אָנגענומען צוויי „שליחותן‟. ערשטנס, האָט ער זיך ממשותדיק דערנענטערט צו זײַנע ייִדישע וואָרצלען (זײַן מאַמע איז אַ ייִדישע, וועלכע וווינט אין ישׂראל, און דער טאַטע — אַ ווײַסרוסישער) און זיך פֿאַרליבט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער „סווינג‟־מוזיק פֿון די 1920ער און 1930ער. ער האָט פּראָדוצירט אַ קאָמפּאַקטל, „ייִדישער דזשעז‟, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט ייִדישע לידער ווי „בײַ מיר ביסטו שיין‟ אינעם הויפּטשטראָם פֿון דער רוסישער פּאָפּ־קולטור.
זײַן צווייטע שליחות איז געווען אַן אָפֿענע פֿאַרדאַמונג פֿונעם פּוטין־רעזשים. ער האָט מאַרשירט אין אַ ריי מאַניפֿעסטאַציעס און אויפֿגעטראָטן אין אוקראַיִנע, זינגענדיק עטלעכע אַנטי־פּוטינישע לידער.
בײַ די רוסישע נאַציאָנאַליסטן איז מאַקאַרעוויטש געוואָרן אַ נײַער סימבאָל פֿונעם „ייִדישן פֿאַררעטער‟. בעת ער האָט מאַרשירט אין אַ פּראָטעסט לעצטן פֿרילינג, האָט איינער אויסגעשריגן: „קוקט אים אָן, דער זשיד האָט זיך פֿאַרקויפֿט צו באַנדעראַ!‟ סטעפּאַן באַנדעראַ איז געווען דער פֿירער פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
מאַקאַרעוויטש איז נישט דער איינציקער אַנטי־פּוטין אַקטיוויסט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אַ נײַער פּראָפּאַגאַנדע־פֿילם, „די דרײַצן פֿרײַנד פֿון דער הונטאַ‟, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער מלוכישער רוסישער טעלעוויזיע־סטאַנציע, פֿאַרדאַמט די אַנטי־פּוטין־אַקטיוויסטן ווי פֿאַררעטער, פֿאַשיסטן און „באַצאָלטע אַגענטן פֿון דער אוקראַיִנישער הונטאַ‟. צווישן די אַקטיוויסטן האָבן זיי אויסגערעכנט פֿינף ייִדן: מאַקאַרעוויטש, דער זשורנאַליסט — וויקטאָר שענדעראָוויטש, דער שרײַבער — דמיטרי ביקאָוו און דער עקאָנאָמיסט — סטאַניסלאַוו בעלקאָווסקי.
דער פֿילם האָט ספּעציעל באַטאָנט מאַרק גאַלפּערין, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן עטלעכע דעמאָנסטראַציעס אין מאָסקווע. אינעם פֿילם באַטאָנט מען בולט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, כאָטש גאַלפּערין אַליין ווײַזט בכלל נישט אַרויס קיין אינטערעס צו ייִדישע ענינים. ער האָט אָבער יאָ געשריבן אויף „פֿייסבוק‟ פֿאַראַיאָרן, אַז די ייִדן זאָלן נישט אַרבעטן פֿאַרן פּוטין־רעזשים. דער פֿילם האָט דערבײַ ציטירט אַ נישט־ייִדישן „עקספּערט‟: „גאַלפּערין איז אַ שאַנדע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. וויפֿל מאָל האָבן מיר שוין געזען אין דער געשיכטע ווי פּראָוואָקאַטאָרן, ווי גאַלפּערין, העצן אָן דעם שרעקלעכן פֿענאָמען פֿון אַנטיסעמיטיזם…‟
הייסט עס, אַז די ייִדן זענען שוין ווידער די „אָנהעצער‟ פֿון אַנטיסעמיטיזם. די באַשולדיקונג איז געווען אַ קלאָרע וואָרענונג פֿון דער מלוכה־קאָנטראָלירטער פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין: די ייִדן דאַרפֿן שווײַגן און נישט אָנשליסן זיך אין די דעמאָנסטראַציעס, ווײַל אַנדערש רופֿן זיי אַליין אַרויס אַן אַנטיסעמיטישע רעאַקציע.
אין סעפּטעמבער האָב איך דורך „סקײַפּ‟ געפּרוּווט באַרויִקן אַ קאָלעגע אין פּעטערבורג, וועלכער האָט מיר דערציילט וועגן די „שווערע מאָראַלישע און פּסיכאָלאָגישע אומשטאַנדן‟, אין וועלכן ער און די אַנדערע אינטעלעקטואַלן מוזן איצט לעבן.
„וואָס הייסט?‟ האָב איך געזאָגט. „דו האָסט דאָך מיטגעמאַכט די סאָוועטישע צײַטן, ביסטו דען שוין נישט צוגעוווינט צו אַזוינע שטיק?‟ „ניין, דאָס מאָל איז עס אַ סך מער אַגרעסיוו,‟ האָט ער ערנסט געענטפֿערט. „ס׳איז נישט סתּם פּוסטע רייד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.