אַ סטודענט, וואָס באַטייליקט זיך אין דער קאָנפֿערענץ פֿונעם „אָפֿענעם הלל‟, האָט מיר די וואָך דערציילט, אַז אַ דאַנק דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און דער דרשה פֿון איר ראַבינער, קאָנען די ייִדישע יונגע־לײַט געפֿינען אַ קהילה, וואָס פּאַסט פֿאַר זייער דור. די הײַנטיקע יונגע ייִדן זענען נישט צופֿרידן מיטן סטאַנדאַרטן פּעקל פֿון פּראָ־ישׂראלדיקע לעקציעס, פֿאָרלייגן צו בחינמדיקע נסיעות קיין ישׂראל, און די אינסיטוציעס, וואָס פֿאַרשפּרייטן די רעכטע פּאָליטישע געדאַנקען, וואָס קומען אין סתּירה מיט זייער אייגענעם פֿרײַ־דענקערישן גײַסט. מיר ווילן האָבן אַ מעגלעכקייט צו באַטראַכטן די שווערע פּאָליטישע און מאָראַלישע פֿראַגעס, אַנשטאָט צו עסן דעם גרייטן „שפּײַז‟ פֿון עמעצנס „לעפֿל‟.
„הלל‟ רעפּרעזענטירט זיך ווי אַ קלוב פֿאַר אַלע ייִדישע סטודענטן. לויט די כּללים פֿון דער דאָזיקער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע, טאָר מען אָבער נישט שטיצן די בויקאָטן און סאַנקציעס קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים. אַדרבה, אויב מע באַציט זיך פּאָזיטיוו צו אַזאַ טעטיקייט, ווערט מען באַשולדיקט אין „דעמאָניזירן‟ ישׂראל.
נישט לאַנג צוריק, האָט עריק פֿינגערהוט, דער פּרעזידענט פֿון „הלל‟, געמאָלדן, אַז „בלויז אַ קנאַפּע צאָל יחידים‟ זענען נישט צופֿרידן מיט אַזאַ פּאָליטיק. למעשׂה, אָבער, האַָבן זיך אין דער ערשטער קאָנפֿערענץ פֿונעם „אָפֿענעם הלל‟, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 11טן־13טן אָקטאָבער אין קיימברידזש, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, זיך באַטייליקט מער ווי 350 מענטשן, וועלכע האָבן געפֿירט לעבעדיקע דיסקוסיעס נישט בלויז בעת די שעהען־לאַנגע לעקציעס, נאָר אויך בעת די הפֿסקות און אַפֿילו פֿאָרנדיק אינעם ליפֿט.
בײַם אָנהייב פֿון דער קאָנפֿערענץ, שבת־צו־נאַכטס, איז אויפֿגעטראָטן די באַרימטע פֿאָרשערין דזשודיט באַטלער, וועלכע האָט גערעדט וועגן דעם, ווי אַזוי די קריטיק פֿון ישׂראל פּאָרט זיך מיט די ייִדישע ווערטן. בײַם סוף, מאָנטיק נאָכמיטאָג, האָט דאָראָטי זעלנער, אַן אַקטיוויסטקע פֿון דער אָרגאַניזאַציע „דער ייִדישער רוף פֿאַר שלום‟ (Jewish Voice for Peace), דערציילט וועגן איר טעטיקייט ווי אַ ייִדישע שטיצערין פֿון די פּאַלעסטינער רעכט.
צווישן די קשיות, וואָס מע האָט באַטראַכט בעת דער אונטערנעמונג, איז געווען דאָס פּאַלעסטינער רעכט זיך אומצוקערן אין זייער היימלאַנד, בויקאָטן קעגן דער אָקופּאַציע, און די פּראָבלעם פֿון איסלאַמאָפֿאָבישע און אַנטי־אַראַבישע שטימונגען, וואָס ווײַזן זיך אָפֿט גאַנץ בולט אַרויס בעת די ייִדישע פּאָליטישע דוסקוסיעס. ווי אַזוי זאָלן מיר שמועסן וועגן די צרות פֿון די פּאַלעסטינער אין אונדזערע קהילות?
איך האָב זיך באַטייליקט אין דער אונטערנעמונג דווקא כּדי צו באַטראַכטן אַזעלכע פֿראַגעס. איך גלייב, אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדן הענגט אָפּ נישט פֿון דער מיליטערישער מאַכט פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, נאָר פֿונעם ייִנגערן דור ייִדן, וואָס ווילן האָבן אַ מעגלעכקייט צו באַטראַכטן וועלכע־ניט־איז טעמעס אָן קיין באַגרענעצונגען און פֿאַרבאָטן. די יונגע־לײַט ווערן אָפּגעפֿרעמדט, ווען געוויסע אָרגאַניזאַציעס שטעלן אויף אַ „פּאָליציי‟, וואָס דיקטירט, וואָס מעג און וואָס מע טאָר נישט דערמאָנען אינעם שמועס. אויב מע וויל צוציִען די ייִדישע סטודענטן צו ייִדישקייט, זאָלן זיי אַליין באַשליסן, וועלכע טעמעס מע מעג אַרומרעדן. גיט אונדז אויך אַ וואָרט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.