ישׂראל באַגריסט איר אַמאָליקן „קאָנקורענט‟

Israel Greets Its Former "Competitor"

דער כאָר „קינדער פֿון ירושלים‟
דער כאָר „קינדער פֿון ירושלים‟

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published October 16, 2014, issue of November 07, 2014.

סוף פֿאַרגאַנגענעם זומער האָב איך באַקומען אַן אָפֿיציעלע פֿאַרבעטונג פֿון דער ביראָבידזשאַנער רעגירונג זיך „צו באַטייליקן אין די אונטערנעמונגען, געווידמעט דעם 80סטן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט און אין דעם 12טן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון דער ייִדישער קולטור און קונסט, וועלכע וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 3טן ביזן 12טן סעפּטעמבער‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן האַרץ האָט געקוועלט, אַז ס’איז דאָ אַ מעגלעכקייט ווידער צו באַזוכן מײַן אַלטע היים, וווּ כ’בין געבוירן געוואָרן און געוואַקסן; דאָרט איז באַערדיקט מײַן טאַטע ז״ל, און ס’איז דאָ אַ געלעגנהייט אויפֿצוטרעטן פֿאַר מײַנע לאַנדסלײַט.

הגם מײַנע אייגענע און פֿרײַנד אין ישׂראל האָבן געצווייפֿלט, צי ס’איז כּדאַי אין מײַנע 77 יאָר זיך לאָזן אין אַזאַ ווײַטן און שווערן וועג (פֿאָרט 10 טויזנט קילאָמעטער און 8 שעה־זאָנעס), איז מיר אַנטקעגן געקומען מײַן 30־יאָריק אייניקל, איליאַ, וועלכער האָט שטענדיק געטרוימט צו באַזוכן די לעגענדאַרע געגנט, וועגן וועלכער איך האָב אים אַזוי פֿיל דערציילט.

נאָך זיבן שעה פֿליִען פֿון מאָסקווע, זײַנען מיר אָנגעקומען אין כאַבאַראָווסק. באַקומענדיק אונדזער באַגאַזש און אַרויסגייענדיק פֿונעם אַעראָפּאָרט, האָבן מיר באַלד דערזען אַ סימפּאַטיש מיידל מיט אַ שילדל אין דער האַנט: „סערגאָ בענגעלסדאָרף‟. איך האָב נישט באַוויזן אַ פּינטל צו טאָן מיט קיין אויג, ווי אונדזערע טשעמאָדאַנען האָט אונטערגעכאַפּט אַ פֿעסט־צונויפֿגעקלאַפּטער פּאַרשוין און זיך געלאָזט מיט זיי צו זײַן „Toyota‟, וואָס האָט אונדז געבראַכט גלײַך קיין ביראָבידזשאַן (180 ק״מ) פֿאַר צוויי שעה.

די שטאָט האָט אונדז באַגעגנט מיט אַ וואַרעמען, זוניקן טאָג און מיט ייִדישער מוזיק, וואָס האָט זיך געהערט במשך פֿון די אַלע חגא־טעג. מע קאָן זאָגן, אַז די גאַנצע שטאָט איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קאָנצערט־סצענע, אויף וועלכער די אָרטיקע און געקומענע אַנסאַמבלען און סאָליסטן האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער קונסט. צום ערשטן מאָל, זינט דער פֿעסטיוואַל עקזיסטירט, איז ער אַרויס פֿון די פֿילהאַרמאָנישע ווענט — די גרעסטע און שענסטע אין גאַנץ ווײַטן מיזרח — אויף די גאַסן און פּראָספּעקטן פֿון ביראָבידזשאַן, בתוכם דעם שיינעם שפּאַציר־פּלאַץ אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם, דעם קולטור־פּאַרק און טעאַטער־פּלאַץ מיט אַ קלעזמער־סקולפּטור; און דעם וואָקזאַל־פּלאַץ מיט אַ ריזיקער מנורה אין מיטן, ביז צום טײַך בירע — אַלץ האָט דאָ געזונגען, געשפּילט, געטאַנצט, געקאָכט און גערודערט, שאַפֿנדיקע אין דער שטאָט אַ שטימונג פֿון אַ גרויסער שׂימחה מיט אַ ייִדישן טעם.

די ייִדישע נאַציאָנאַלע געגנט האָט פֿון תּמיד אָן זיך באַצויגן ברייטהאַרציק, מיט חשיבֿות צו מענטשן פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן. בעת דעם פֿעסטיוואַל האָט זיך עס באַזונדערס געפֿילט אויף דער בינע, וווּ אין דעם קראַנץ פֿון קונסט־מײַסטערשאַפֿט האָבן זיך, באַגלײַך מיט ייִדישע לידער און טענץ, אַרײַנגעפֿלאָכטן לידער און טענץ פֿון אַנדערע פֿעלקער, וועלכע וווינען אין דער געגנט. באַזונדערס האָט מיך פֿאַרחידושט דאָס „כּשרע‟ אוזבעקיש מאכל „פּלאָוו‟, וואָס די אָרטיקע מוסולמענישע אָרגאַניזאַציע „אַכמי טאַריקאַט‟ האָט צוגעטראָגן, ווי אַ מתּנה, דער ייִדישער רעליגיעזער אָרגאַניזאַציע „פֿרייד‟. באַלעקנדיק די פֿינגער פֿון דעם געשמאַקן „פּלאָוו‟, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: „צי וועלן מיר, אויפֿן מיטעלן מיזרח, דערלעבן אַמאָל צו אַזעלכע ׳מתּנות׳ פֿון אונדזערע שכנים‟?

און נאָך איין נאָווינע: דער פֿעסטיוואַל האָט פֿאַרברייטערט אויך זײַן געאָגראַפֿיע. חוץ דער שטאָט גופֿא, האָבן די מוזיקער און אַרטיסטן געוויזן זייערע פּראָגראַמען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. ווער זשע זײַנען געווען די אָנטייל־נעמער? קודם־כּל, אַ בכּבֿודיקע פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ישׂראל. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿעסטיוואַלן, זײַנען הײַיאָר געקומען מער באַקאַנטע מוזיקער, ווי למשל, דער דזשעז־טרומייטער אַריק דאַווידאָוו און דער פֿידלער־ווירטואָז סאַניע קרויטאָר, דער זינגער דורן מזר. אָט די דרײַ מוזיקער האָבן געשענקט דעם ביראָבידזשאַנער פּובליקום די פּראָגראַם „פֿון ישׂראל מיט ליבע‟.

אַן אַנדער ישׂראל־גרופּע — ייִנגעלעך פֿון דעם כאָר „בלומען פֿון ירושלים‟. זיי האָבן אַזוי פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זייערע באַוועגונגען איבער דער בינע, מיט זייער אויסזען — בלוי־ווײַסע קאָסטיומען, — אַז מ’האָט זיי לאַנג נישט געוואָלט אָפּלאָזן פֿון דער בינע. בכלל האָט ישׂראל דאָמינירט אין אַלע פּראָגראַמען; און דאָס איז בפֿירוש אַ גוטער באַווײַז דערפֿון, אַז ירושלים האָט זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צו איר אַמאָליקן „קאָנקורענט‟, און דערזען אין דער ייִדישער נאַציאָנאַלער געגנט אַ קליינעם „אינדזל פֿון ייִדישקייט‟, ווי עס האָט געזאָגט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין אין רוסלאַנד, דורית האָלענדער. אין אַלע אירע אויפֿטריטן, וואָס ס’איז מיר אויסגעקומען צו הערן, האָט זי בפֿירוש אונטערגעשטראָכן די אייניקייט פֿון די ייִדן פֿון מיטעלן און ווײַטן מיזרח, די וויכטיקייט פֿון אַנטוויקלען דאָס קהילה־לעבן. זי האָט באַדאַנקט די פֿירערשאַפֿט פֿון ביראָבידזשאַן פֿאַר די גוט־אָרגאַניזירטע און דורכגעטראַכטע אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיטן יוביליי.

בעת דעם פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך באַקענט מיט דער טאַלאַנטירטער זינגערין פֿון פֿראַנקרײַך, לויקע טשאַטשקיס, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין וועגן איר נישט איין מאָל געשריבן; דעם רוסישן טעאַטער „שאַלאָם‟, וואָס שפּילט פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס; דעם אָרקעסטער פֿון פּעטערבורג „דאָבראַנאָטש‟, די זינגער פֿונעם מאָסקווער דועט „שאַגאַל‟, ווסעוואָלאָד ברעטמאַן און יעלענאַ גייזיק; דעם פּרעכטיקן וואָקאַל־קווינטעט פֿון מינסק „ריינע שטימען‟ און אַנדערע. פֿאַרחידושט האָט אַלעמען, ווי די שכנים פֿון ביראָבידזשאַן, די כינעזישע מוזיקער, האָבן אויף זייערע נאַציאָנאַלע אינסטרומענטן אויף אַן אָריגינעלן אופֿן אויסגעשפּילט די צוויי פּאָפּולערע לידער „חבֿה נגילה‟ און „טום־באַלאַלײַקע‟.

עס וויל זיך כאָטש אָנרופֿן די אָרטיקע קאָלעקטיוון, בפֿרט די טאַנץ־אַנסאַמבלען „מזל־טובֿ‟ און „סורפּריז‟, וואָס זייער שם איז אַרויס ווײַט פֿון די גרענעצן פֿון ביראָבידזשאַן; די קאַפּעליע „עלנות‟ און „שׂימחה‟, דער מוזיקאַליש דראַמאַטישער טעאַטער „קהלת‟, וואָס איז אויפֿגעטראָטן בײַגלײַך מיט אַנדערע קאָלעקטיוון פֿון רוסלאַנד.

און לסוף, עטלעכע ווערטער וועגן די אויסשטעלונגען, וואָס כּמעט אַלע זײַנען זיי געווען אויף איין טעמע — די געשיכטע פֿון דער געגנט: „אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די געגנט‟, „מענטשן פֿון איין צײַט‟, „מענטשן און גורלות‟. צוויי פֿאָטאָגראַפֿישע עקספּאָזיציעס זײַנען פֿאָרט געווען אַנדערש טעמאַטיש: „ישׂראל — נאָענטע און ווײַטע‟, וואָס סימבאָליזירט די נאָענטשאַפֿט פֿון דער היסטאָרישער היים פֿון אַלע ייִדן, און פֿאַקסימילישע קאָפּיעס פֿון דעם רוסלענדישן עטנאָגראַפֿישן מוזיי „בילדער פֿון אַמעריקאַנער מאָלער — געשענקט די אײַנוווינער פֿון ביראָבידזשאַן‟.

אַ באַזונדערע טרעפֿונג האָב איך געהאַט מיט די שילער פֿון דער שול נומ’ 3, וווּ כ’האָב דערציילט וועגן מײַנע טרעפֿונגען מיט די ביראָבידזשאַנער שרײַבער, נאָענטע פֿרײַנד פֿון מײַן מאַמע, דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן: בוזי מילער, הערשל ראַבינקאָוו, סאַלוואַדאָר באָרזשעס, נחום פֿרידמאַן, ישׂראל עליאָט, וועגן זייער טראַגישן גורל אין די יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה. און מײַן צווייטע טרעפֿונג — אין דער מוזיק־שול, וועלכע כ’האָב פֿאַרענדיקט אין 1951, וואָס האָט מיר געגעבן אַ „סטאַרט‟ אין מײַן ווײַטערדיקער מוזיקאַלישער קאַריערע.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7