דינסטיק, דעם 14טן אָקטאָבער, איז דער באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ בערי פֿריינדעך באַזײַטיקט געוואָרן נאָך דעם, ווי די פּאָליציי האָט אים אַרעסטירט צוליב דעם חשד, אַז ער האָט גענוצט באַהאַלטענע ווידעאָ־קאַמערעס, כּדי אונטערצוקוקן, ווי די פֿרויען טובֿלען זיך אין מיקווה.
אין דער שיל „קשר־ישׂראל‟, ווי פֿרוינדעל האָט געדינט, אין דער הויפּטשטאָט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואַשינגטאָן, גייען אַזעלכע הויכראַנגיקע מתפּללים, ווי דער געוועזענער סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן און דער פֿינאַנץ־סעקרעטאַר דזשעק ליו. דער אָרטיקער טעלעוויזיע־קאַנאַל Fox 5 האָט איבערגעגעבן, אַז די פּאָליציי האָט באַקומען די ידיעה, אַז דער רבֿ האָט אינסטאַלירט אַ באַהאַלטענע קאַמערע איבער אַ דוש בײַ דער מיקווה. ווען עמעצער האָט באַמערקט, אַז ער שטעלט אַרײַן דעם ווידעאָ־מכשיר, האָט פֿרוינדעל געענטפֿערט, אַז ער פֿאַרריכט די ווענטילאַציע.
אַ וואַשינגטאָנער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט האָט דערציילט, אַז מע האָט אַרעסטירט דעם שיל־מנהיג פֿאַרן „עלעקטראָנישן וווּאַעריזם‟ (אונטערקוקן צוליב סעקסועלער הנאָה), און ווײַל ער האָט „אײַנגעשטעלט ווידעאָ־קאַמערעס אין די פֿרויען־צימערן‟. די פּאָליציי האָט אים געהאַלטן איין טאָג אונטערן אַרעסט און קאָנפֿיסקירט די קאָמפּיוטערס פֿון זײַן היים, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער שיל.
איין פֿרוי, וועלכע האָט באַזוכט די מיקווה און געבעטן די זשורנאַליסטן נישט מפֿרסם צו זײַן איר נאָמען, האָט געזאָגט, אַז די מעשׂה האָט זי איבערראַשט און פֿאַראיבלט. „ס׳איז טרויעריק, אַז אַזאַ שיינע מיצווה, ווי די טבֿילה, האָט מען פֿאַרוואַנדלט אין עפּעס שמוציקס און עקלדיקס‟.
באַלד נאָכן אַרעסט, האָט די שיל־פֿאַרוואַלטונג געמאָלדן, אַז דער רבֿ איז באַזײַטיקט געוואָרן אָן קאָמפּענסאַציע, און צוגעגעבן, אַז די קהילה האָט פֿולשטענדיק קאָאָפּערירט מיט דער פּאָליציי. „קשר־ישׂראל‟ האָט אָנגעדונגען די באַקאַנטע יוריסט־פֿירמע „גיבסאָן דאָן‟ צו באַהאַנדלען דעם ענין. די קליינע מיקווה שטייט גלײַך בײַ דער שיל און איז אויסגעשטאַט מיט דרײַ צימערן, וווּ די פֿרויען גרייטן זיך צו דער טבֿילה. דאָס איז די איינציקע אָרטאָדאָקסישע מיקווה אין וואַשינגטאָן.
יונתן סאַרנאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, האָט באַטאָנט, אַז כּל־זמן מע האָט נישט דערוויזן פֿרוינדעלס שולד, מוז מען גלייבן, אַז ער איז אומשולדיק; אויב מע וועט טאַקע באַשטעטיקן די מעשׂה, וועלן די אָרטאָדאָקסישע שולן זי אָבער מוזן נעמען ערנסט אין באַטראַכט. „די אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס מוזן מער טאָן, כּדי צו פֿאַרהיטן די רבנים פֿון זייערע יצר־הרעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.