אין אַן אַרטיקל פֿון Times of Israel די וואָך, האָט דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער רבֿ, אַבֿי ווײַס, אויסגעדריקט די סיבות פֿאַר וואָס ער, און אַ סך אַנדערע ייִדן איבער דער וועלט, זענען אַזוי אויפֿגעבראַכט וועגן דער פֿאָרשטעלונג פֿון דער אָפּערע „דער טויט פֿון קלינגהאָפֿער‟.
די אָפּערע, אָנגעשריבן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר דזשאָן אַדאַמס, האָט זיך געעפֿנט די וואָך אין דער אָנגעזעענער „מעטראָפּאָליטאַן אָפּערע‟, אין ניו־יאָרק. זי דערציילט וועגן דעם מאָרד פֿון אַ 69־יאָריקן אַמעריקאַנער ייִד אין אַ רעדלשטול, לעאָן קלינגהאָפֿער, דעם 8טן אָקטאָבער 1985, בעת ער און זײַן פֿרוי, מאַרילין, זענען געווען אויף אַ שיף־רײַזע אינעם מיטללענדישן ים. אַ גרופּע פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט די שיף, דערשאָסן קלינגהאָפֿערן און אים אַרײַנגעוואָרפֿן, זיצנדיק אין דער רעדלשטול, אין וואַסער אַרײַן.
„בײַ מיר רעפּרעזענטירט קלינגהאָפֿער אַלע אומבאַשוצטע, אומשולדיקע קרבנות פֿון דער ׳פּי־על־אָ׳ און איר פֿירער, יאַסיר אַראַפֿאַט,‟ שרײַבט ווײַס. „דאָס אַרויסוואַרפֿן קלינגהאָפֿער פֿון דער שיף רעפּרעזענטירט די גרוילן פֿון פּאַלעסטינער טעראָריזם: דאָס פֿאַרכאַפּן פֿיר עראָפּלאַנען אין 1970; די שחיטה פֿון די ישׂראלדיקע אַטלעטן אויף דער אָלימפּיאַדע אין מינכן אין 1972; דער אַטאַק אויף אַ שול אין מעלות אין 1974, וואָס האָט אומגעבראַכט 22 קינדער; דער אַטאַק אויף דער גרויסער שיל אין רוים שבת אין 1922, אאַז״וו.
„דאָס איז שוין דאָס צווייטע מאָל, וואָס מע פֿאַרגיסט קלינגהאָפֿערס בלוט,‟ שרײַבט ווײַס ווײַטער. „דאָס ערשטע מאָל — ווען מע האָט אים דערהרגעט, און איצט ווידער — אויף דער בינע פֿון דער ׳מעטראָפּאַליטאַן אָפּערע׳, וווּ זײַנע מערדער ווערן געשילדערט אין אַ סימפּאַטעטישער, אַפֿילו גלאָריפֿיצירטער ליכט. דער טיטל אַליין, ׳דער טויט פֿון קלינגהאָפֿער׳, קלינגט ווי זײַן טויט איז געווען אַ צופֿעליקער, און נישט דער רעזולטאַט פֿון אַן אַכזריותדיקן מאָרד.‟
ווײַס ציטירט אַ טייל פֿון דער ליברעטאָ, געזונגען פֿונעם טעראָריסט:
תּמיד באַקלאָגסטו זיך
וועגן דײַנע ליידן,
אָבער וווּ נאָר עס פֿאַרזאַמלען זיך אָרעמע לײַט
געפֿינט מען ייִדן, וואָס ווערן אַלץ פֿעטער.
דו ווייסט ווי צו שווינדלען די נאַיִווע,
ווי צו עקספּלואַטירן די בתולה,
ווי צו פֿאַרפּעסטיקן די ערטער, וואָס דו האָסט עקספּלואַטירט,
ווי צו באַשמוציקן דעם נאָמען פֿון די, וועלכע דו האָסט אָפּגענאַרט
און עובֿר זײַן אויף דײַנע אייגענע געזעצן
דורך געצן־דינערײַ;
אַמעריקע איז הײַנט איין גרויסער ייִד.
ווײַס טענהט, אַז ווען מע ווײַזט אַרויס מיטגעפֿיל פֿאַר אַ טעראָריסט, איז עס גלײַך ווי מע זאָגט אַלע טעראָריסטן: „אײַערע טעטיקייטן וועלן אפֿשר אַמאָל באַערט ווערן‟.
„ווי איינער וואָס פֿירט שוין פֿון לאַנג דורך דעמאָנסטראַמציעס, שאַץ איך שטאַרק אָפּ דאָס רעכט פֿון וואָרט־פֿרײַהייט, ווי אויך דאָס רעכט זיך אויסצודריקן אַרטיסטיש,‟ האָט ווײַס דערקלערט. „אַ דאַנק דעם דאָזיקן רעכט, האָט יעדער די פֿרײַהייט צו שאַפֿן אַזאַ מין אָפּערע. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז דער ׳מעט׳ אָדער אַ צווייטע אָפּערע־הויז מוז דאָס ווערק פֿאָרשטעלן. נישט יעדער בריוו וואָס מע שיקט אַרײַן אין אַ צײַטונג, ווערט אָפּגעדרוקט; נישט יעדעס בוך, וואָס ווערט אָנגעשריבן, ווערט אָנגענומען פֿון די פֿאַרלאַגן, און נישט יעדע דראַמע, וואָס ווערט געשאַפֿן, דאַרף מען ווײַזן אין לינקאָלן־צענטער.
ווײַס פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל מיט אַ משל פֿון בראשית: „נאָך דעם ווי קין האָט דערהרגעט זײַן ברודער הבֿל, פֿרעגט ער: ׳השומר אַחי אַנוכי? בין איך דען מײַן ברודערס שומר?׳. דער ענטפֿער צו דער פֿראַגע מוז מען דעקלאַמירן הויך און קלאָר, ווי עס שטייט שפּעטער אין ויקרא: ׳שטיי נישט דערבײַ, ווען מע פֿאַרגיסט דײַן ברודערס בלוט׳. און טאַקע דערפֿאַר, ווען מע פֿאַרגיסט איצט לעאָן קלינגהאָפֿערס בלוט צום צווייטן מאָל, טאָרן מיר נישט שווײַגן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.