מאָנטיק, דעם 20סטן אָקטאָבער, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום איבערגעגעבן, אַז די ראַטירער האָבן אַנטדעקט דעם גוף פֿון דער 36־יאָריקער מיכל טשערקעסקי, וועלכע איז אומגעקומען בעת די טויטלעכע שניי־שטורעמס, וואָס זענען אויסגעבראָכן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין נעפּאַל. די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין קאַטמאַנדו גרייט זיך אַריבערצוברענגען איר געביין קיין ישׂראל.
מאָנטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, האָט די נעפּאַלער רעגירונג איבערגעגעבן, אַז מע האָט געראַטעוועט אַלע לעבן־געבליבענע טוריסטן און וועגווײַזער, וואָס זענען געבליבן שטעקן אין די הימאַלײַען־בערג נאָך די סכּנותדיקע זאַווערוכעס און שניי־לאַווינעס. לכל־הפּחות 39 מענטשן זענען אָבער אומגעקומען, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל קאַנאַדער, אינדיער, ישׂראלים, סלאָוואַקן, פּאָליאַקן און יאַפּאַנער. דערווײַל האָט מען אידענטיפֿיצירט 35 גופֿים. די ישׂראלדיקע ראַטירער האָבן געאַרבעט בשותּפֿות מיט דער נעפּאַלער אַרמיי.
חגית האָרנשטיין, אַ חבֿרטע און קאָלעגע פֿון דער טראַגיש אומגעקומענער פֿרוי, האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז טשערקעסקי איז געווען „ממש אַ וווּנדערלעכע נשמה‟. הרבֿ יחזקאל ליפֿשיץ, דער ליובאַוויטשער שליח אין קאַטמאַנדו, האָט דערציילט, אַז ער האָט זי אויך געקענט. אירער אַ חבֿר, נועם כאַוולין, איז דערהרגט געוואָרן בעת אַ שניי־לאַווינע מיט 13 יאָר צוריק, אינעם זעלבן ראַיאָן.
ווען טשערקוועסקי איז אָנגעקומען קיין נעפּאַל, האָט זי געשמועס מיט דער רביצין און באַטאָנט, אַז הגם איר חבֿר איז טראַגיש אומגעקומען אין די פֿאַרשנייטע בערג, האָט זי מיט גרויס חשק געוואָלט באַזוכן די סכּנותדיקע בערג. לויט אַן עדות־זאָגער, האָט מען זי צום לעצטן מאָל געזען לעבן דעם שפּיץ פֿונעם באַרג אַנאַפּורנאַ. איר ברודער האָט איבערגעגעבן, אַז די משפּחה האָט באַקומען פֿון איר די לעצטע בשׂורה דעם 8טן אָקטאָבער, ווען זי האָט אָפּגעשיקט די קרובֿים אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר נסיעה.
אַן אַנדער אומגעקומענער ישׂראלי, דער 23־יאָריקער אַגם לוריא, איז באַערדיקט געוואָרן דעם 20סטן אָקטאָבער אין יפֿעת, אַ קיבוץ אין גליל. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט מען געמאָלדן, אַז זײַן גוף איז געפֿונען געוואָרן צווישן די טויטע. נאָך צוויי אומגעקומענע ישׂראלים זענען געווען דער 30־יאָריקער נדבֿ שוהם און תּמר אַריאל, אַ 24־יאָריקע פֿרומע פֿרוי, וועלכע האָט זיך געגרייט צו ווערן אַ מיליטערישע לופֿט־נאַוויגאַטאָרין פֿון צה״ל. נײַן פֿאַרוווּנדעטע זענען געבראַכט געוואָרן דעם 18טן אָקטאָבער פֿון נעפּאַל קיין תּל־אָבֿיבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.