אין פֿעברואַר, האָט נאַנאַ שריִער, די בעל־הביתטע פֿונעם פּאָפּולערן תּל־אָבֿיבֿער באַר און רעסטאָראַן „נאַנאָטשקאַ‟, דערזען אויף דער טעלעוויזיע, ווי אַזוי מע באַהאַנדלט די עופֿות און בהמות אויף די אינדוסטריעלע פֿלייש־ און מילך־אונטערנעמונגען. שריִער האָט באַשלאָסן, אַז אין איר געשעפֿט וועט זי מער נישט אַרײַנלאָזן קיין פּראָדוקטן פֿון אַזאַ אַכזריות, אַרײַנגערעכנט קעז און אייער, שוין אָפּגערעדט פֿון די טראַדיציאָנעלע גרוזינישע פֿליישיקע מאכלים, מיט וועלכע איר רעסטאָראַן איז געווען ביז לעצטנס באַקאַנט.
די בעל־הביתטע האָט געמוזט צוטראַכטן פֿאַרשיידענע חידושדיקע רעצעפּטן, כּדי אָפּצוהיטן דעם גרוזינישן כאַראַקטער פֿונעם רעסטאָראַן, אָבער אײַנצופֿירן דאָרטן די וועגאַנער דיעטע. זי האָט באַמערקט, אַז אינעם באַר טרינקט דער עולם ווייניקער משקה, אויב מע לייגט נישט פֿאָר קיין פֿלייש צו פֿאַרבײַסן. נישט געקוקט אויף דער מעגלעכער פֿינאַנציעלער מפּלה, איז זי אָבער אינגאַנצן פּטור געוואָרן פֿון וועלכע־ניט־איז פּראָדוקטן, געמאַכט פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן.
שריִער איז ווײַט נישט די איינציקע „וועגאַנקע‟ אין ישׂראל. בערך 300,000 מענטשן אינעם לאַנד, כּמעט 4 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, היטן די זעלבע דיעטע. די אַקטיוויסטן גלייבן, אַז צווישן די ישׂראלים איז פֿאַראַן די גרעסטע פּראָפּאָרץ וועגאַנער, אין פֿאַרגלײַך מיט וועלכע־ניט־איז אַנדערע לענדער. נאָך אַרום 4 פּראָצענט תּושבֿים פֿונעם לאַנד זענען סתּם וועגעטאַריאַנער.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין מײַ, האָבן די שטיצער פֿון בעלי־חיים פֿאָרגעלייגט צו פּרוּוון דורכצולעבן 22 טעג בלויז מיט די וועגאַנער פּראָדוקטן. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן בערך 7,000 ישׂראלים אָנגענומען דעם דאָזיקן לעבנס־שטייגער. בערך 250 ישׂראלדיקע רעסטאָראַנען זענען „פּראָ־וועגאַנער‟; דאָס מיינט, אַז לכל־הפּחות אַ פֿערטל פֿון די פֿאָרגעלייגטע מאכלים אַנטהאַלטן דאָרטן נישט קיין אינגרעדיענטן פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן. הײַיאָר איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען דער צווייטער יערלעכער „וועגאַן־פֿעסט‟, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט איבער 10,000 אָנטיילנעמער. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן איבערגעגעבן, אַז אין קיין אַנדער שטאָט אין דער וועלט ווערן נישט דורכגעפֿירט אַזעלכע ריזיקע וועגאַנער פֿעסטיוואַלן.
די וועגאַנער באַוועגונג אין ישׂראל האָט זיך, צוערשט, פֿאַרשפּרייט אין די וועלטלעכע ליבעראַלע קרײַזן. זי ציט אָבער אויך צו אַ מערקווירדיקע צאָל פֿרומע ייִדן. הרבֿ יהודה שיין, וועלכער פֿירט אָן מיט דער גרופּע „בחמלה‟, וואָס באַקעמפֿט די אַכזריותדיקע באַהאַנדלונג פֿון בעלי־חיים, האָט דערקלערט, אַז הגם בײַ ייִדן איז אָנגענומען דער מינהג צו עסן פֿלייש שבת און יום־טובֿ, איז נישטאָ קיין מיצווה דאָס צו טאָן. אַדרבה, אויב אַ פֿרומער ייִד שטיצט די וועגאַנער דיעטע — געזונטערהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.