אַלעכאַנדראָ דוכאָװנע איז אַ יונגער פֿאָרשער װאָס האָט פֿאַר זײַן דאָקטאָראַט־אַרבעט געפֿאָרשט די געשיכטע פֿון ייִדישן בוך אין אַרגענטינע. ער האָט חדשים לאַנג פֿאַרבראַכט אין ייִװאָ, אין אַנדערע אַרכיװן און ביבליאָטעקן, און באַשריבן אין זײַן אַרבעט די געשיכטע פֿון פֿאַרלעגער, בוכהענדלער, איבערזעצער, דרוקערײַען און ביבליאָטעקן אין אַרגענטינע.
זײַן בוך, װאָס איז נאָר װאָס אַרויס אויף שפּאַניש, איז פּרעזענטירט געװאָרן דאָנערשטיק, דעם 9טן אָקטאָבער אין דעם „ייִדישן אוניװערסיטעטן־צענטער פֿאַר סאָציאַלע פֿאָרשונגען‟ בײַ דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט. װעגן בוך האָבן גערעדט לעאָפּאָלדאָ קולעש, עליזאַבעט יעלין און גוסטאַװאָ גאָרעליק. דער מחבר האָט געשלאָסן דעם אָװנט. דאָס בוך איז אַן ערנסטער פּרוּװ, דער ערשטער אין זײַן מין, צו פֿאַרפֿיקסירן די ריזיקע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונג פֿון ייִדישע ביכער אויף ייִדיש, און ביכער, װאָס ייִדן האָבן פּובליקירט אויף שפּאַניש אין די לעצטע 120 יאָר פֿון אָרגאַניזירטן קהילה־לעבן אין אַרגענטינע.
אין ריִאָ־נעגראָ, אַ טויזנט ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז פֿאָרגעקומען אַ שׂריפֿה אין אַ כאַטע פֿון אַ קוראָרט. די אָרטיקע פּאָליציי און די פֿײַערלעשער האָבן פֿעסטגעשטעלט נאָך דער אויספֿאָרשונג, אַז מען האָט בכּיװן אונטערגעצונדן דאָס פּלאַץ, וווּ די ישׂראלדיקע טוריסטן האָבן גענעכטיקט. די „דאַיאַ‟ האָט אינטערװענירט, און פֿאַר דער פּאָליציי איז כּמעט װי זיכער, אַז דאָס איז אַן אַנטיסעמיטישער אַקט. דערװײַל האָט מען קיינעם ניט באַשולדיקט.
דער אַרגענטינער אָפּטייל פֿון דער „בני־ברית‟ האָט געפֿײַערט דעם 13טן אָקטאָבער דעם אַניװערסאַר פֿון איר גרינדונג. אין 1843 האָבן 11 דײַטשע ייִדן געשאַפֿן די אינסטיטוציע אין אַ קאַפֿע פֿונעם לאָוער איסט סײַד, װאָס האָט געזאָלט זיך אָננעמען די קריװדע פֿאַר דער ביטערער דאָליע פֿון ייִדישן אימיגראַנט. אויפֿן אָװנט האָט מען דערמאָנט די אויפֿטוען פֿון דער „בני־ברית‟ אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ זי האָט אָנגעהויבן צו אַמטירן אין 1930, און האָט אָנגעהויבן איר קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם.
דינסטיק, דעם 14טן האָט מען אין דעם ציקל „די ספֿרדים אין אַרגענטינע‟, װאָס די געמיינדע עמנואל פֿירט־דורך, געהאַלטן לעקציעס װעגן ייִדן אין טשאַקאָ, אַן אַרגענטינער פּראָװינץ אַ 1200 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ ייִדן האָבן עס אָנגעהויבן צו באַװוינען מיט איבער 100 יאָר צוריק. זיי זענען געװאָרן סוחרים און ערדאַרבעטער, און ספּעציעל זיך אָפּגעגעבן מיט װאָל־פֿלאַנצונגען. עס האָבן גערעדט פּראָפֿ׳ עמיליאָ טשואַירע, דער דירעקטאָר פֿאַר פּלוראַלינגװיזם פֿון דערציִונג־מיניסטעריום פֿון דער פּראָװינץ און דער ראש־הקהל פֿון טשאַקאָ, מאַריאָ מאַריאַטש. ביידע האָבן אונטערגעשטראָכן דעם בײַטראָג פֿון ייִדן פֿאַר דער װירטשאַפֿט און קולטור פֿון דער װײַטער אַרגענטינער פּראָװינץ.
דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן האָט זיך באַטייליקט אין קאַיִר אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿאַר פּאַלעסטינע. אוּיף דער קאָנפֿערענץ האָט אַרגענטינע געשטיצט די רעכט פֿון אַראַבער פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה, און צוגעזאָגט די שטיצע פֿון אַרגענטינע פֿאַר רעקאָנסטרויִרן עזה. אַרגענטינע װעט בויען הײַזער, מיטהעלפֿן אין װאַסער און אָפּגאַנג־קאַנאַליזאַציע, געזונט און נייטראַליזירן די באָמבעס, װאָס האָבן ניט עקספּלאָדירט.
דינסטיק און מיטװאָך האָט מען געפֿײַערט סוכּות אין צענטער־שטאָט. בײַם פּרעזידענט־הויז און בײַם אָבעליסק האָט מען דורכגעפֿירט קאָנצערטן, טענץ און אויפֿגעשטעלט סוכּות. דער עולם האָט געקענט זיך דערנענטערן צו די סימבאָלן פֿון יום־טובֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.