דער העלד פֿון קולבאַקס אױטאָביאָגראַפֿישער פּאָעמע „דיסנער טשײַלד־גאַראָלד‟ פֿאָרט פֿון זײַן װײַסרוסישן שטעטל קײן בערלין מיט אַ האָפֿענונג צו באַקענען זיך מיט די סאַמע לעצטע דערגרײכונגען פֿון דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער קולטור. דאָס איז אַ שטאָט, גלייבט ער, „װוּ יעדער אַרבעטער איז אַ מאַרקסיסט/ און יעדער קרעמער איז אַ קאַנטיאַנער‟. אָבער ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די דאָזיקע פּאָעמע איז אָנגעשריבן געװאָרן שױן נאָך דעם, װי קולבאַק האָט זיך באַזעצט אין סאָװעטישן מינסק, איז ער אַלײן ניט געװאָרן אַן עכטער מאַרקסיסט. און קײן קאַנטיאַנער איז ער פֿריִער אױך ניט געװען.
קולבאַקס פֿילאָסאָפֿישע אָנזיכטן, װי װײַט זײ לאָזן זיך אױסטײלן פֿון זײַן קינסטלערישער פּראָזע און פּאָעזיע, זײַנען געװען נענטער צו דער אַנטי־ראַציאָנאַליסטישער, עקזיסטענציאַליסטישער שיטה פֿון דער מאָדערנער מחשבֿה. אין זײַן ראָמאַן „משיח בן אפֿרים‟ (1924) האָט קולבאַק געשילדערט אַ פּאַרשױן מיטן נאָמען „געמפּעלע דער פֿילאָסאָף‟. ער באַװײַזט זיך אינעם ראָמאַן מיט דעם ליד „בין איך מיר אַ בחורל אַ הולטײַ‟, װאָס איז געװען גוט באַקאַנט און באַליבט צװישן די חסידים פֿון קולבאַקס פּאָעזיע. דער העלד פֿונעם דאָזיקן ליד איז אַ יונגערמאַן, װאָס שפּאַנט איבער דער װעלט װי אַ „לײדיקגײער‟, „חוצפּהדיק פֿאַרשײַטער‟, אָן אַ ציל און אָן אַ צװעק.
לכאורה, האָט דאָס דאָזיקע ליד ניט קײן טיפֿן פֿילאָסאָפֿישן זין, און אַלע מפֿרשים טײַטשן עס אױס װי אַ לױבגעזאַנג דער פֿרײַהײט און דער נאַטור. איז װאָס זשע פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס דאָזיקע פּראָסטע ליד מיטן העלד, װאָס רופֿט זיך „פֿילאָסאָף‟? דעם ענטפֿער דאַרף מען זוכן אינעם לעצטן קופּלעט: „פֿאָרט אַ פּױערל פֿאַרבײַ: / טשאָ טשוּװאַטש נאַ סװעטשע? / װײס איך נישט און כ׳טו אַ שרײַ: / סװעטשע? פּעטשע מעטשע…‟ פֿאַרן הײַנטיקן ייִדיש־רעדנער זײַנען אי די פֿראַגע, אי דער ענטפֿער אַ האַרבע עבֿרי, אָבער אין קולבאַקס צײַטן האָבן זײַנע לײענער נאָך געקענט סלאַװישע שפּראַכן. דאָס פּױערל פֿרעגט אױף װײַסרוסיש: „װאָס הערט זיך אױף דער װעלט?‟, און דאָס בחורל ענטפֿערט: „אױף דער װעלט? פּעטשע מעטשע‟.
„פּעטשע מעטשע‟ איז אַ פֿאָלקלאָרישער אױסדרוק, װאָס טרעפֿט זיך סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װי למשל, בײַ יצחק באַשעװיס אָדער יהושע פּערלע, סײַ בײַם רוסישן שרײַבער מיכאַיִל בולגאַקאָװ. קײן קלאָרן זין טראָגן די דאָזיקע װערטער ניט, סײַדן אין בולגאַריש, װוּ זײ מײנען, בערך, „אַ געבאַקט בערעלע‟. דער אימאַזש פֿונעם בער איז טאַקע יאָ װיכטיק פֿאַר קולבאַקן, װאָרן ער שטאַמט פֿון סמאָרגאָן, װאָס האָט געשמט מיט דרעסירטע בערן. אָבער בולגאַריש האָט ער מסתּמא טאַקע ניט געקענט.
אַזױ אַרום באַקומט זיך, אַז קײן קלאָרן ענטפֿער אױף דעם פּױערלס קשיא איז אינעם ליד ניטאָ: די װעלט איז פּשוט ׳פּעטשע מעטשע׳‟, האָט ניט קײן זין. אָבער גימפּעלע טענהט: „איך בין אַ פֿילאָסאָף. אָט־אָ דאָ אין בוזעם־קעשענע ליגט בײַ מיר פֿאַרשריבן אַ גאַנצע פֿילאָסאָפֿיע מײַנע‟. נאָך אַ קלײנעם צובײַס דערקלערט גימפּעלע דער פֿילאָסאָף זײַן פֿילאָסאָפֿיע: „עס איז נישטאָ קײן מענטש אױף דער װעלט, אַלצדינג און יעדערדינג איז דאָ, אָבער קײן מענטש איז נישטאָ, און דאָס איז דער חילוק צװישן מיר און צװישן אײנעם, װאָס מען רופֿט אים שאָפּענהױער. דער מענטש איז אַ חלום פֿון דעם חומר.‟
להיפּוך צו דעם באַרימטן דײַטשישן דענקער אַרטור שאָפּענהױער, װאָס האָט געהאַלטן די גאַנצע װעלט פֿאַר אַ פּועל־יוצא פֿון דעם מענטשלעכן װילן און כּוח־המדמה, האַלט גימפּעלע, אַז פֿאַרקערט, דער מענטש איז אַ פּראָדוקט פֿון דעם װעלטס דמיון, „אַ חלום פֿון דעם חומר‟. די װעלט („סװעט‟) איז דאָ, אָבער דער מענטש איז „פּעטשע מעטשע‟, אַ פּאָר פּוסטע װערטער. דער דאָזיקער סקעפּטישער און פּעסימיסטישער װעלטבאַנעם איז מסתּמא אַ פּועל־יוצא פֿון דעם חורבן פֿון דעם פֿעסטן באַקאַנטן װעלט־סדר בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, פּאָגראָמען און רעװאָלוציע. אין אַ צעטעלע, װאָס גימפּעלע האָט געטראָגן אין זײַן קעשענע, שטײט געשריבן: „די װעלט דאַרף אַזױ אַדורכגײן דורך מיר, װי איך גײ אַדורך די װעלט‟. און דאָס דאָזיקע שטיקל חכמה איז אַ שליסל צו קולבאַקס פּאָעזיע, װאָס באַזינגט הולטײַען, לײדיקגײערס און שלעפּערס.
צום שלוס פֿון „מאָנטיק‟, קולבאַקס צװײטער ראָמאַן פֿון יענער תּקופֿה, לײענען מיר: „איך הער בלױז דאָס געזאַנג פֿון װײַסן אײזעלע אין דער פֿינצטער. װוּהין בלאָנדזשעט ער אַלײן אָן אַ רײַטער? - - - עס הענגט די טאָרבע אױף אים און דער אַלטער לאָגל, אָבער ער איז נישטאָ - - - װײ מיר.‟ דער רײַטער איז דער משיח, װאָס דאַרף קומען אױף אַ װײַסן אײזל. אָבער ער איז נעלם געװאָרן, און דער אײזל בלאָנדזשעט איבער דער װעלט אַלײן. דער אײזל שטײט דאָ פֿאַר אַ סימבאָל פֿון חומר, נאַטור, גשמיות, װאָס האָט זיך באַפֿרײַט פֿון רוחניות און באַקומען שליטה איבער דער גאַנצער װעלט.
קולבאַק איז אַװדאי ניט געװעּן קײן סיסטעמאַטישער פֿילאָסאָפֿישער דענקער. ער האָט אױסגעדריקט זײַנע השׂגות אין קינסטלערישע געשטאַלטן און מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן. און זײַן פּאָעטישע װעלטאַנשױוּנג האָט געהאַט אַ המשך אין די װערק פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבער. מיר טרעפֿן גילגולים פֿון קולבאַקס גימפּעלע אין אַזעלכע פֿיגורן װי באַשעװיסעס גימפּל תּם און דער נסתּרס לוזי מאַשבער. זײ זײַנען חכמים־נאַראָנים, װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו ראַטעװען זיך פֿון דער װעלטס שׂינאה דאַרף מען זיך אָפּזאָגן פֿון װאָסער ניט איז כּבֿוד און אײגנטום און זיך צונױפֿגיסן מיט דער נאַטור. קולבאַק האָט עס פֿאָרמולירט אינעם ליד „די תּפֿילה פֿון אַן אָרעמאַן‟: „בין איך מקנא דעם פֿױגל, װאָס אים איז בעסער פֿון אונדז, / און דעם לײם, װאָס אים איז בעסער פֿון אַלעמען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.