(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַקאַדעמיק קורטשאַטאָוו, דער אָנפֿירער פֿון דעם סאָוועטישן אַטאָם־פּראָיעקט, האָט אַ מאָל געזאָגט וועגן יעקבֿ זעלדאָוויטשן — „יאַשקע איז טאַקע אַ גאָון!‟ דער דאָזיקער „יאַשקע‟ ווי אויך זײַן פֿרײַנד, נאָך איין ייִד און גאָון, אַ לאַורעאַט פֿונעם נאָבעל־פּרײַז אין פֿיזיק — לעוו לאַנדאַו, איז געווען אַ שאַרפֿזיניקער מענטש, וועמענס וויצן האָט מען דערציילט און איבערדערציילט צווישן די פֿיזיקער. ווי לאַנדאַו, איז ער געווען באַוווּסט ווי אַ ליבהאָבער פֿון פֿרויען. די סאָוועטישע מאַכט האָט אים מוחל געווען דעם דאָזיקן חטא. זעלדאָוויטש האָט געהאַט פֿון פֿאַרשיידענע פֿרויען 5 קינדער. אַלע זײַנע קינדער — אי די געזעצלעכע אי די אומגעזעצלעכע — האָט ער אויסגעהאַלטן. ער האָט געטרוימט, ווי עס שרײַבט וועגן אים אין זײַנע זכרונות דער אַקאַדעמיקער אַנדריי סאַכאַראָוו, אַז ער, זעלדאָוויטש, וועט אַלע זײַנע קינדער צונויפֿזאַמלען אַ מאָל אין איינעם…
איצט וועלן מיר זיך אָפּווענדן פֿון אונדזער העלד. אין דעם באַשאַפֿן די אַטאָמישע באָמבע פֿון די פֿאראייניקטע שטאַטן האָבן אויך אָנטייל גענומען ניט ווייניק ייִדישע פֿיזיקער. עטלעכע פֿון זיי זענען געווען נאָבעל־לאַורעאַטן; צווישן זיי — דער באַרימטער געלערנטער, דער „טאַטע‟ פֿון דער אַטאָמישער באָמבע, דזשוליוס ראָבערט אָפּענהיימער, וואָס שטאַמט פֿון די דײַטשישע ייִדן. אַגבֿ, דער באַוווּסטער סאָוועטישער פֿיזיקער, לעוו אַלטשולער, אויך אַ ייִד, האָט אין יענע יאָרן אָנגעשריבן אַ דעוויז פֿאַר די סאָוועטישע אַטאָם־פֿיזיקער: „מיר וועלן איבערכאַריטאָנען אָפּענהיימערן!‟
צווישן די סאָוועטישע אויסשפּירער, וואָס האָבן געאַרבעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און צוגעגנבֿעט אייניקע אַטאָמישע סודות, זענען אויך געווען ייִדן. למשל, דער געבוירענער אין ניו־יאָרק מאָריס כּהן (זײַן טאַטע איז פֿון דער קיִעווער געגנט, און די מאַמע — פֿון ווילנע) און זײַן פֿרוי. נאָך דעם ווי מע האָט זיי דעמאַסקירט האָט מען דאָס פּאָרפֿאָלק אויסגעביטן אויף אַן ענגלישן אויסשפּירער. די כּהנס האָבן זיך באַזעצט אין מאָסקווע (1969) און באַקומען דאָרט דעם טיטל „העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. פֿון 1969 ביזן יאָר 1995, ווען כּהן איז געשטאָרבן, האָט ער געגרייט ספּעציאַליסטן פֿאַר די רוסלענדישע אויסשפּיר־אָרגאַנען.
פֿאַרשטייט זיך, וועלן מיר דערמאָנען די מאַן־און־ווײַב ראָזענבערגס, וועלכע מע האָט פֿאַר זייער אויסשפּיר־אַרבעט אין אַמעריקע פֿאַרמישפּט מיט טויט־שטראָף. אויף דעם מישפּט־פּראָצעס זײַנען אי דער פּראָקוראָר אי דער ריכטער געווען ייִדן… און עס באַקומט זיך אַזאַ בילד: ייִדישע פֿיזיקער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן שאַפֿן די אַטאָמישע באָמבע, און די ייִדישע סאָוועטישע אויסשפּירער גנבֿענען די אַטאָם־סודות, וועלכע מע גיט איבער די ייִדישע פֿיזיקער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס שאַפֿן די סאָוועטישע אַטאָמישע באָמבע. דערנאָך פֿאַרמישפּטן אַ ייִדישער פּראָקוראָר און אַ ייִדישער ריכטער די ייִדישע אויסשפּירער צום טויט… ס’ווילט זיך גלייבן, אַז אין דער דאָזיקער אַטאָם־געשיכטע איז כאָטש דער, וואָס האָט אויסגעפֿילט דעם טויט־שטראָף, דער תּלין, ניט געווען קיין ייִד. נאָר, גיי ווייס… (עס איז אַנערקענט, אַז די סאָוועטישע פֿיזיקער, וואָלטן אָן דער הילף פֿון די אויסשפּירער סײַ־ווי געשאַפֿן די אַטאָם־באָמבע, נאָר עס וואָלט פֿאַרנומען אַ ביסל מער צײַט. די הידראָגען־באָמבע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען געשאַפֿן פֿאַר די אַמעריקאַנער).
דער ייִדישער פֿיזיקער יעקבֿ זעלדאָוויטש, דער באַלוינטער און באַקרוינטער מיט אָרדנס און ערן־טיטלען, וואָס האָט געהאַט פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים אַלץ וואָס ער האָט געוואָלט, איז געווען ווײַט פֿון ייִדן, פֿון ייִדישקייט, פֿון ייִדישע פּראָבלעמען. נאָר ווען אין דער 6־טאָגיקער מלחמה האָט ישׂראל צעשמעטערט עטלעכע אַרמייען איז יאַשקע זעלדאָוויטש געקומען צו זײַן פֿרײַנד לייבעלע לאַנדאַו אויף דער דאַטשע און, צעפּראַלנדיק דאָס פֿענצטער, אויסגערופֿן: „אונדזערע האָבן געזיגט!‟ — אויך דאָס איז מען אים מוחל געווען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.