וואָס אַבֿי ווײַס האָט מיך געלערנט וועגן זײַן אַ רבֿ

The Rabbinate as Taught to Me by Avi Weiss

הרבֿ אַבֿי ווײַס
הרבֿ אַבֿי ווײַס

פֿון אַבֿרהם מלאָטעק* (Forward)

Published October 23, 2014, issue of November 07, 2014.

„׳פּענסיאָנירן׳ איז אַ וואָרט, וואָס מעג זיך אַליין פּענסיאָנירן,‟ האָט מײַן רבֿ, אַבי ווײַס, זיך געוויצלט, שטייענדיק בײַם עמוד פֿון זײַן שיל די פֿאַרגאַנגענע וואָך, שמיני־עצרת.

ער האָט ערשט געהאַט געמאָלדן, אַז נאָך 40 יאָר ווי דער גרינדער און גײַסטיקער פֿירער פֿונעם „היברו אינסטיטוט אָוו ריווערדייל‟, איז ער שוין גרייט צו פּענסיאָנירן. במשך פֿון זײַן לאַנגער קאַריערע איז ער אויך באַקאַנט געוואָרן ווי אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט און אַ שטיצער פֿון אַ מער פּראָגרעסיוון נוסח פֿון אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט. איצט האָפֿט ער צו שרײַבן און לערנען מער, ווי אויך פֿאַרברענגען מער צײַט מיט דער משפּחה.

דעם שבת נאָך שמיני־עצרת, האָט „רבֿ (ראַוו) אַבֿי‟ פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע מאַנסבילן און אַרויסגענומען אַ ספֿר־תּורה פֿון אָרון־קודש, כּדי צו גיין מבֿקר־חולה זײַן אַן עלטערע פֿרוי, וועלכע האָט די לעצטע פּאָר חדשים נישט געקענט אַרויס פֿון שטוב. זי און איר מאַן זענען מיטגלידער פֿון דער שיל.

אַריבערגייענדיק די גאַס, האָב איך געפֿרעגט רבֿ אַבֿי ווער ס׳איז דאָס פּאָרפֿאָלק. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מיר באַזוכן דעם באַרימטן ייִדישן סאָציאָ־לינגוויסט, ד״ר שיקל פֿישמאַן, און זײַן פֿרוי, געלע, וועלכע זענען געווען נאָענטע פֿרײַנד פֿון מײַנע באָבע־זיידע, יאָסל און חנה מלאָטעק. באַלד ווי מיר זענען אַרײַן אין דער דירה האָט רבֿ אַבֿי פֿאַרצויגן אַ ניגון.

שיקלס און געלעס פּנימער האָבן זיך צעשטראַלט. מיר האָבן אָפּגערייניקט דעם קאַווע־טיש, אַוועקגעלייגט דאָרט די ספֿר־תּורה און אַרויפֿגערופֿן שיקל צו דער תּורה מיט אַן עליה. רבֿ אַבֿי האָט אַ ביסל אויפֿגעהויבן די ספֿר־תּורה, כּדי שיקל זאָל עס קענען געבן אַ קוש. שטילערהייט האָט דער רבֿ געזאָגט יעדעס וואָרט פֿון דער ברכה, כּדי בלויז שיקל זאָל עס קענען הערן און איבערחזרן. אַלע האָבן אויסגערופֿן: „אָמן!‟ און דער בעל־קורה האָט אָנגעהויבן לייענען דעם ערשטן פּסוק פֿונעם נײַעם יאָר: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, אין אָנהייב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד…‟

נאָך שיקלס עליה האָבן מיר געטאַנצט אַ קאַראַהאָד אַרום דעם פּאָרפֿאָלק, און רבֿ אַבֿי האָט מיר געשעפּשעט אין אויער: „אפֿשר קענסטו זינגען אַ ייִדיש ליד?‟

האָב איך גענומען זינגען מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד „קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה‟. געלע האָט מיך אָנגעכאַפּט בײַ דער האַנט און הויך מיטגעזונגען. אַ ביסל שפּעטער האָב איך זיך פֿאַרקוקט אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער וואַנט און די קלאַסישע ייִדישע ביכער אויף די פּאָליצעס. ס׳איז באַלד אַ יאָר, וואָס מײַן באָבע חנה, זייער גוטע חבֿרטע, איז ניפֿטר געוואָרן. מײַן משפּחה האָט ערשט לעצטנס, סוף־כּל־סוף, פֿאַרענדיקט די אַרבעט פֿון צונויפֿזאַמלען די באָבעס ריזיקע זאַמלונג מאַטעריאַלן, וואָס איין ייִדישער אַקאַדעמיקער האָט באַצייכנט ווי „דער וויכטיקסטער פֿאָלקסליד־אַרכיוו אין אַמעריקע‟.

קוקנדיק אויף געלען, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז איינער פֿון רבֿ אַבֿיס גרעסטע טאַלאַנטן: ציִען אַ פֿאַרבינדונג צווישן מענטשן, ערטער און צײַטן. פּלוצלינג האָט רבֿ אַבֿי געפֿרעגט געלען, צי זי וואָלט אויך געוואָלט אַרויפֿגערופֿן ווערן צו דער תּורה. יאָ, האָט זי געענטפֿערט. האָט מען שוין געלייענט נאָך אַ פּרק: „ויהי ערבֿ ויהי בקר, און ס׳איז געווען נאַכט, און ס׳איז געווען פֿרימאָרגן…‟

בײַם שוועל פֿון דער טיר האָט רבֿ אַבֿי זיי געבעטן צו געבן אים אַ ברכה. מיר זענען אַרויס אויפֿן זעלבן אופֿן ווי מיר זענען אָנגעקומען — זינגענדיק און פּליעסקענדיק מיט די הענט. אַראָפּגייענדיק די טרעפּ האָט רבֿ אַבֿי באַטאָנט: „זעסטו אַבֿרהם, אָט דאָס איז דאָס אמתע שליחות פֿון זײַן אַ רבֿ. די מענטשן, וואָס זענען צום מערסטן אָפּגעזונדערט פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט, זענען דווקא אונדזערע בעסטע לערער.‟

די גאַנצע זאַך האָט מיך שטאַרק גערירט. ערשטנס, האָב איך בכלל נישט געוווּסט צו וועמען מיר גייען, ווען רבֿ אַבֿי האָט מיך געבעטן מיטקומען ווי אַ צענטן צום מנין. רבֿ אַבֿי האָט יאָ געוווּסט וועגן ד״ר פֿישמאַנס שם און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש, אָבער נישט ווי טיף ס׳איז געווען אונדזער משפּחה־פֿאַרבינדונג.

און דאָס איז טאַקע רבֿ אַבֿיס גרעסטער אויפֿטו — ער העלפֿט דערמעגלעכן טיפֿע, פּערזענלעכע מאָמענטן פֿאַר זײַנע מתפּללים. כ׳בין זיכער, אַז מע וועט אין גיכן נאָך הערן אַ סך אַזוינע געשיכטעס וועגן אים. דערווײַל וועט די ייִדישע וועלט אומגעדולדיק אַרויסקוקן אויפֿן קומענדיקן קאַפּיטל פֿון זײַן לעבן.


* אַבֿרהם מלאָטעק, דער זון פֿונעם „פֿאָלקסבינע‟־דירעקטאָר, זלמן מלאָטעק, איז אַ ראַבינער־פּראַקטיקאַנט אין דער שיל, „היברו־אינסטיטוט אָוו ריווערדייל‟