ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה צעטיילט ביכער, שפּילצײַג און זיסװאַרג צװישן קינדער פֿון אַן אָרעמער געגנט אין לאַ טאַבלאַדאַ
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה צעטיילט ביכער, שפּילצײַג און זיסװאַרג צװישן קינדער פֿון אַן אָרעמער געגנט אין לאַ טאַבלאַדאַ

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 23, 2014, issue of November 21, 2014.

אַנטיסעמיטישע פּראָגראַם אויף שפּאַניש אויף „רוסלאַנד הײַנט‟

אַרגענטינע האָט אונטערגעשריבן אַ קאָאָפּעראַציע־אָפּמאַך מיט רוסלאַנד בעת פּוטינס באַזוך אין חודש יולי. רוסלאַנד װעט אינװעסטירן אויף די געביטן פֿון ענערגיע, אַטאָמישער ענערגיע און מאַשינען, און אַרגענטינע װעט עקספּאָרטירן אַגראָ־פּראָדוקטן, ספּעציעל װײַן, װייץ און פֿלייש. דורך אַ טעלעקאָנפֿערענץ האָבן פּוטין און קריסטינאַ פֿערנאַנדעס־קירכנער געמאָלדן אָנהייב אָקטאָבער, אַז מע הייבט אויך אָן מיט טעלעװיזיע־פּראָגראַמען, און אַז דעם קאַנאַל פֿון דער רוסישער טעלעװיזיע „רוסלאַנד הײַנט‟, װאָס ווערט טראַנסמיטירט אויף שפּאַניש, װעט מען קענען זען אין אַרגענטינע.

דעם 14טן אָקטאָבער האָט די אַרגענטינער פּרעסע קאָמענטירט אַ פּראָגראַם פֿון דער רוסישער טעלעװיזיע אויף שפּאַניש, פֿון יאָר 2012. אין זײַן פּראָגראַם „דער שאָטן‟ האָט דניאל עסטולין גערעדט װעגן, װי אַזוי ייִדן דאָמינירן איבער דער װעלט, װילן אָפּקויפֿן פּאַטאַגאָניע און אויפֿשטעלן דאָרט אַ ייִדישע מדינה; װי אַזוי סאָראָס און עלשטיין, װעלט־באַרימטע פֿינאַנציסטן, גראָבן אונטער די װעלט־װירטשאַפֿט.

דער אַזוי־גערופֿענער „אַנדיניאַ־פּלאַן‟ איז געװען דאָס אַנטיסעמיטיש בוך, װאָס די אַרגענטינער אַנטיסעמיטן האָבן געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון די „פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟, כּדי צו באַקעמפֿן די ייִדישע אימיגראַציע און צו פֿאַרשפּרייטן דעם נאַציזם אין אַרגענטינע. אויך ישׂראל האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק פּלאַץ אין זײַן אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע. זשורנאַליסטן האָבן געפֿרעגט, צי אַזאַ קאַנאַל דאַרפֿן אַרגענטינער זען. זיי האָבן אַפֿילו אַרײַנגעשטעלט אויף אינטערנעץ די פּראָגראַם, װאָס איז געװען אינעם אַרכיװ פֿון קאַנאַל. נאָך דעם װי דאָס איז באַקאַנט געװאָרן אין די צײַטונגען, ראַדיאָ און טעלעװיזיע, און נאָך דעם װי די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט, איז פּלוצעם פֿאַרשװוּנדן געוואָרן פֿון די אַרכיװן פֿון „רוסלאַנד הײַנט‟ די אַנטיסעמיטישע פּראָגראַם װעגן אַרגענטינע.


מאָנטעװידעאָ: אַ קאָנצערט לטובֿת „װאַרעם עסן‟

מיטװאָך דעם 22סטן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון דער קהילה אין מאָנטעװידעאָ אַ ספּעציעלער קאָנצערט פֿון טאַנגאָ און קלעזמער־מוזיק. די הכנסות זײַנען געװען פֿאַר דער פּראָגראַם „װאַרעם עסן‟, אַ הכנסת אורחים־פּראָגראַם פֿון דער אָרטיקער קהילה, װאָס באַדינט אַ פּאָר הונדערט משפּחות.


פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך „אייטאַנאַזיע און זעלבסטמאָרד אין די ייִדישע קװאַלן‟

דאָנערשטיק, דעם 23סטן אָקטאָבער איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דער קאָמיסיע פֿאַר ביאָעטיק פֿון דעם סעקרעטאַריאַט פֿאַר אַנטװיקלונג און פֿאָרשונג בײַ דער אַרגענטינער פּרעזידענץ, דער צװייטער באַנד פֿון ד״ר פֿישל שלײַענס בוך „אייטאַנאַזיע און זעלבסטמאָרד אין די ייִדישע קװאַלן‟. דער מחבר ברענגט אין זײַן טעקסט קאַזויִסטיק פֿון תּנ״ך, תּלמוד און אַנדערע מקורים. דאָס בוך װעט אַרײַנגענומען װערן אין דער ביבליאָגראַפֿיע פֿון דער קאָמיסיע, און רעקאָמענדירט װערן װי אַ רעפֿערענץ־בוך.


מתּנות פֿאַר די אָרעמע־לײַט אין לאַ טאַבלאַדאַ

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט צעטיילט ביכער, שפּילצײַג און זיסװאַרג צװישן קינדער פֿון אַן אָרעמער געגנט אין לאַ טאַבלאַדאַ, װוּ עס געפֿינט זיך דער גרעסטער בית־עולם. די מאַטעריאַלן, טייל צוגעשטעלט פֿון דער קהילה גופֿא, און טייל פֿון די, װעלכע האָבן זיך באַטייליקט אויף פֿאַרשיידענע קהילה־אונטערנעמונגען און בײַגעטראָגן פֿאַר אָט־דער איניציאַטיװ, זײַנען פֿאַרטיילט געװאָרן אין דער אָרטיקער קירכע.


די פֿונדאַציע „כודאַיקאַ‟ וועט דורכפֿירן טורן אין ייִדישע קאָלאָניעס

מיט 125 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1889, איז אָנגעקומען קיין אַרגענטינע די שיף „װעסער‟ מיט 824 ייִדישע אימיגראַנטן, און מען האָט זיי באַזעצט אין סקלאַדן פֿון דער באַנסטאַנציע פּאַלאַסיאָס, 15 ק״מ פֿון מאָזעסװיל. דאָרטן זײַנען אומגעקומען פֿון טיפֿוס 61 קינדערלעך.

ערשט שפּעטער איז געקומען די הילף פֿון באַראָן הירש, און אַזוי אַרום זײַנען געשאַפֿן געװאָרן די ייִדישע קאָלאָניעס אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע. די פֿונדאַציע „כודאַיִקאַ‟ אָרגאַניזירט װאָלונטאַרע אַרבעטן, װאָס צילן אויפֿצוהאַלטן און רעקאָנסטרויִרן די ייִדישע ערטער פֿון סונטשאַלעס, לאַס־פּאַלמעראַס, מאָניגאָטעס און פּאַלאַסיאָס. דער בירגערמײַסטער פֿון פּאַלאַסיאָס, גוסטאַװאָ באַזשיני, דער סעקרעטאַר לוקאַס בוסיאָ, באַגלייט פֿון תּושבֿ ענריקע פֿינגערהוט, האָבן באַזוכט די פֿונדאַציע און אונטערגעשריבן אָפּמאַכן. דער טוריזם איז אַ װיכטיקער ציל, און די פֿונדאַציע אָרגאַניזירט אויך באַזוכן אין די ייִדישע קאָלאָניעס.


קאָנגרעס פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר

דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר האָט אָרגאַניזירט פֿונעם 20סטן ביזן 22סטן אָקטאָבער דעם „7טן קאָנגרעס פֿון רעליגיע און װיסנשאַפֿט‟ אונטער דעם לאָזונג „די הייליקייט פֿון לעבן אין אַ װעלט פֿאַר אַלעמען‟ מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿאָרשטייערס פֿון אַלע גלויבנס.

אַ 15 רעדנערס האָבן במשך פֿון די טעג באַהאַנדלט דעם צווישן־רעליגיעזן דיאַלאָג, אַרומגערעדט עקאָלאָגישע אַספּעקטן פֿונעם לעבן אויף דער מאָדערנער װעלט, דערמאָנט דעם 20סטן אַניװערסאַר פֿונעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, באַהאַנדלט די סיטואַציע אין מיטעלן מיזרח. דער מענטש אינעם מאָדערניזם און פּאָסטמאָדערניזם איז אויך געװען אַ טעמע, און קינסטלערס האָבן אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג. דעלעגאַציעס פֿון לאַטײַן־אַמעריקע האָבן זיך באַטייליקט אויפֿן קאָנגרעס, װאָס איז הײַיאָר געשטיצט געװאָרן פֿון דעם מעקסיקאַנער אוניװערסיטעט פֿון פּועבלאַ.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.