הײַיאָר איז דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער אײַנגעלאַדן געװאָרן צו שפּילן דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַקאָװסקי‟־טעאַטער אין מאָסקװע.
„דער דיבוק‟, אָדער „צװישן צװײ װעלטן‟, װי ש. אַנ־סקי האָט עס אָנגערופֿן, האָט אַנ־סקי אָנגעשריבן אין די יאָרן צװישן 1913־1916. אָנגעשריבן עס אױף רוסיש. פֿאַרװאָס האָט עס געדױערט אַזױ לאַנג, װײַל ער האָט געמוזט די פּיעסע איבערמאַכן צװײ מאָל צוליב דער צענזור; און ס’האָט זיך באַקומען גאָר אַן אַנדער פּיעסע.
אינטערעסאַנט, אַז דער אײַנפֿאַל אַרײַנצופֿירן אַ משולח, האָט אים אונטערגעזאָגט דער גרויסער רוסישער רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקי. ש. אַנ־סקי האָט די פּיעסע פֿאָרגעלײגט דעם קונסט־טעאַטער אין סאַנקט־פּעטערסבורג, דערנאָך אין מאָסקװע, אָבער צוליב פֿאַרשײדענע סיבות איז די פּיעסע אויף רוסיש נישט געשטעלט געװאָרן. אין 1916 האָט די מאָסקװער ייִדישע צײַטונג „יעװרעיסקאַיאַ זשיזן‟ (ייִדיש לעבן) אָפּגעדרוקט אַ טײל פֿונעם ערשטן אַקט. צום סוף, האָט אַנ־סקי עס איבערגעזעצט אױף ייִדיש.
די „װילנער טרופּע‟ איז געװען די ערשטע, װאָס האָט אױפֿגעפֿירט די פּיעסע אױף ייִדיש שױן אין יאָר 1920 אין װאַרשע, אונטער דוד הערמאַנס רעזשי מיט מרים אָרלעסקאָ, אַלכּסנדר שטײן, אַבֿרהם מאָרעװסקי, נחום נחבוש און אַנדערע. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען צו אַנ־סקיס שלושים. װאָס איז װײַטער געשען װײסט איר אַלײן. איך װיל נאָר דערמאָנען, אַז אין 1921 האָט מען אױפֿגעפֿירט דעם „דיבוק‟ אין אַמעריקע, וווּ די ראָלע פֿון לאה האָט געשפּילט סאַליאַ אַדלער און מאָריס שװאַרץ — דעם מיראָפּאָלער צדיק. אין ארץ־ישׂראל איז די פּיעסע באַװוּסט געװאָרן פֿון דער צײַטונג „התּקופֿה‟, און יהודה יערי האָט עס אױפֿגעפֿירט מיט אַן אַמאַטאָרישן טעאַטער פֿון חלוצים, װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט בױען װעגן. אַבא חושי, דער אַמאָליקער כּנסת־דעפּוטאַט און בירגער־מײַסטער פֿון חיפֿה, האָט געשפּילט דעם מיראָפּאָלער צדיק.
ש. אַנ־סקי האָט אָנגעשריבן די ערשטע װערסיע לױט אַ פּראָטאָקאָל, פֿונעם יאָר 1848, װאָס מ’האָט געמאַכט אינעם שטעטל סטולאָװיטש אין אוקראַיִנע. (ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דאָס איז געװען די תּקופֿה פֿון דער השׂכּלה). דעם פּראָטאָקאָל אונטערן קעפּל „גירוש דיבוק‟, האָט אַנ־סקי געפֿונען אין ייִדישן אַרכיװ אין װאַרשע, און אױפֿן סמך פֿון דעם אָנגעשריבן זײַן באַרימטע פּיעסע, װאָס איז אַרײַן אין רעפּערטואַר פֿון דער װעלט־דראַמאַטורגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.