פֿאַרוואָס ייִדן וועלן ווידער שטימען פֿאַר די דעמאָקראַטן

Why Jew Will Vote Democrat Again

Thinkstock

פֿון ען רופֿא (Forward)

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.

דער עסיייִסט און דענקער מילטאָן הימעלפֿאַרב האָט אַמאָל באַמערקט, אַז „ייִדן פֿאַרדינען ווי די עפּיסקאָפּאַלער קריסטן, און שטימען ווי די פּוערטאָ־ריקאַנער‟. באַלד וועלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאָרגעקומען די האַלב־טערמיניקע וואַלן. אין שײַכות מיט דעם, איז כּדאַי זיך צו פֿאַרטראַכטן, פֿאַרוואָס הימעלפֿאַרבס שפּאַסיקע ווערטער זענען נישט אַזוי ווײַט פֿונעם אמת.

במשך פֿון דער לאַנגער געשיכטע, האָבן ייִדן גוט אויסגעלערנט דעם לימוד, וואָס מיינט צו זײַן אַ פֿרעמדער צווישן אין אַ גלײַכגילטיקער אָדער בפֿירוש פֿײַנטלעכער סבֿיבֿה. יעדעס יאָר, דערמאָנען מיר בײַם פּסחדיקן סדר, אַז מיר זענען אַמאָל געווען שקלאַפֿן אין מצרים. צוליב דעם, און צוליב דער טרויעריקער גלות־געשיכטע, אַסאָציִיִרן זיך ייִדן נישט מיט די הויכע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, נישט געקוקט אויף דער פֿינאַנציעלער הצלחה, נאָר באַטראַכטן זיך ווײַטער דווקא ווי אַ קליינע מינאָריטעט, וואָס מוז זיך באַשיצן פֿון רדיפֿות.

לויט דער רעפּובליקאַנער שיטה, טראָגן די אָרעמע־לײַט אַליין דאָס אַחריות פֿאַר זייער מצבֿ. אויב עמעצער האָט נישט די מעגלעכקייט צו באַקומען די מעדיצינישע הילף, איז ער אַליין, כּלומרשט, שולדיק צוליב זײַן פֿוילקייט, אומגעלומפּערטקייט צי אַן אַנדער סיבה, וואָס לויטן רעפּובליקאַנער שטאַנדפּונקט איז עס אַן „עבֿירה‟. ס׳רובֿ ייִדן קאָנען נישט אײַנשלינגען אַ פּאַרטיי, וואָס שטיצט אַזאַ שיטה בפֿירוש אָדער ברמז, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע פֿאַרדינען נישט די אָרעמע־לײַט אַזאַ גורל. אַדרבה, אַ גאַנצע ריי ייִדישע מיצוות האָבן צו טאָן מיטן העלפֿן און טיילן זיך מיט די אבֿיונים.

ווען ייִדן זענען אָנגענומען געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, האָבן אַ סך פֿון זיי זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם קאַמף קעגן דער דיסקרימינאַציע פֿון אַנדערע גרופּעס, ווײַל דער ייִדישער קאָלעקטיווער זכּרון האָט נישט פֿאַרגעסן די פּאָגראַמען, געלע לאַטעס, געטאָס און די נישט אַזוי ווײַטע צײַטן, ווען אין אַמעריקע זענען אויך געווען פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע באַגרענעצונגען.

אַפֿילו פֿאַר וועלטלעכע ייִדן בלײַבט דער מאָטיוו פֿון יציאת־מצרים, גלות און רדיפֿות אַ צענטראַלער עלעמענט פֿונעם קוקן אויפֿן לעבן. להיפּוך, ווערן די דעמאָקראַטישע ווערטן באַטראַכט ווי גרויסע דערגרייכונגען. אין פֿאַרגלײַך מיט די רעפּובליקאַנער, שטרעבן די דעמאָקראַטן צו באַזאָרגן די אָרעמע משפּחה מיט די נייטיקע באַדערפֿענישן און צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ יעדער זאָל קאָנען באַקומען אַ גוטע בילדונג און אַרבעט.

אַן אַנדער וויכטיקער עלעמענט פֿון דער ייִדישער מסורה איז די מעלה פֿונעם דיאַלאָג. בעת דעם אוראַלטן גאָר שאַרפֿן מחלוקת צווישן שמאי און הלל, האָבן די ייִדישע חכמים זיך געקריגט, אָבער נישט אָנגעהויבן אַ פֿיזישע מלחמה איינער מיטן צווייטן. להיפּוך צו די רעפּובליקאַנער, וואָס מיינען, אַז די וועלט־פּראָבלעמען קאָן מען לייזן מיט געווער, גלייבן די דעמאָקראַטן אינעם כּוח פֿון דיפּלאָמאַטיע.

אַן אַנדער וויכטיקער מאָמענט איז די באַציִונג צו די אימיגראַציע־ענינים. די זיידע־באָבעס פֿון די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַרײַנגעוואַנדערט קיין אַמעריקע פֿון אַנדערע לענדער, דערפֿאַר באַציט זיך דער ייִדישער עולם סימפּאַטיש צו די נײַע אימיגראַנטן.

אַוודאי, קאָן מען שוין פֿאָרויסזאָגן אויף זיכער, אַז צוליב אַלע דערמאָנטע סיבות וועלן ס׳רובֿ ייִדן ווידער שטימען פֿאַר די דעמאָקראַטישע געזעצגעבער און פֿירער, אַרײַנגערעכנט די, וואָס שפּילן אין גאָלף און פֿאָרן אַרום אין די „מערסעדעסן‟. דער אָפֿיציעלער סימבאָל פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי איז אַן אייזל; די ייִדישע דעמאָקראַטן קאָן מען אָבער גיכער פֿאַרגלײַכן מיט אַ העלפֿאַנד, ווײַל, לויטן ענגלישן שפּריכוואָרט, פֿאַרגעסט ער קיינמאָל נישט.