ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published October 27, 2014, issue of November 21, 2014.

אַנטוישונג נאָכן טויט פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער

די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אויסטראַלישער ייִדישער קהילה האָבן אויסגעדריקט זייער אַנטוישונג מיט אויסטראַליעס איין-און-צוואַנציקסטן פּרעמיער מיניסטער, גאָף וויטלעם, נאָך זײַן טויט אין עלטער פֿון 98 יאָר; זיי האָבן אויך דערמאָנט זײַנע דערגרייכונגען.

וויטלעם, אַן אָנפֿירער פֿון דער לייבאָר פּאַרטיי, איז געוואָרן פּרעמיער מיניסטער אין 1972, נאָך דעם ווי די קאָאַליציע פֿון די ליבעראַלע און די קאָנטרי־פּאַרטייען האָט אָנגעפֿירט מיט דער פֿעדעראַלער רעגירונג גאַנצע דרײַ-און-צוואַנציק יאָר. אויסטראַליע איז אַרויס פֿון דער מלחמה אין וויעטנאַם אונטער וויטלעמס אָנפֿירערשאַפֿט. וויטלעם האָט אײַנגעפֿירט אַ פֿרײַען צוטריט צו אוניווערסיטעטן, האָט געמאַכט פֿיל פּשוטער דאָס באַקומען אַ ציווילן גט, אײַנגעפֿירט געזעצן, וועלכע פֿאַרווערן דיסקרימינאַציע, באַזירט אויף ראַסע; ער האָט אײַנגעפֿירט אוניווערסאַלע געזונט-אַסיגנאַציע במשך פֿוּן די דרײַ יאָר וואָס זײַן רעגירונג איז געווען בײַ דער מאַכט. פֿאָרשטייער פֿון דער קהילה האָבן דערמאָנט וויטלעמס פֿאַרדינסטן, אָבער זיי האָבן שטאַרק געטאַדלט וויטלעמס באַשלוס צו שטיצן מדינת־ישׂראל בײַגלײַך מיט די אַראַבישע לענדער, כאָטש די פֿריִערדיקע רעגירונגען האָבן אונטערגעשטיצט נאָר מדינת-ישׂראל.

רעפֿאָרם־ און אַפֿילו וועלטלעכע ייִדן שטיצן אונטער דעם שבת־פּראָיעקט

Facebook

דער שבת־פּראָיעקט ווערט אָנגעפֿירט פֿון די אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס, שילן און טאָגשולן. ווײַזט אויס, אַז ייִדן פֿון אַנדערע שטראָמען פֿאַראינטערעסירן זיך אויך אינעם פּראָיעקט. די רעפֿאָרם ראַבײַ דזשעקלין ניניאָ, פֿון דער „עמנואל סינאָגאָגע‟ אין סידנעי, האָט באַצייכנט דעם פּראָיעקט ווי „אַ מעגלעכקייט, אַז מיר זאָלן אַלע פֿײַערן איין שבת צוזאַמען, צו מאַכן שבת אויף אַן אופֿן ווי מיר האָבן אפֿשר נישט געטאָן פֿריִער; צו נעמען אַ טראָט אויסער אונדזערע רוטין־לעבנס און זיך אויסצולעבן אויף אַ מאָמענט אין דער-אָ אייביקייט, צו באַמיִען זיך אויסצולעשן זיך און זיך צו באַפֿרײַען, און צו זײַן אַ טייל פֿון עפּעס וואָס איז גרויס, אַלע אין איינעם.‟

דער מעלבורנער זינגער כאַסקי גאַווענדע, פֿון דער קאַפּעליע „האָסקי‟, אַ וועלטלעכער ייִד און אַ ייִדישיסט, האָט גערעדט וועגן „געדענקען איין מאָל אין דער וואָך, אַז איך בין פֿאַרבונדן מיט עפּעס, וואָס איז גרעסער ווי די טאָג-טעגלעכע מאַטעריעלע וועלט, וואָס קען זײַן אַלץ-אַרומנעמענדיק, אָבער עס פֿעלט איר אַ מאָל אויס באַדײַטונג און אינהאַלט. אַז מע פֿאַרבינדט זיך מיט שבת, פֿאַרבינדט מען זיך מיט דער געשיכטע, מיט אַן אור-אַלטער טראַדיציע, מיט עפּעס טיפֿערס; מיט משפּחה און מיט פֿרײַנד, דורך אויסשליסן אַלע דיסטראַקציעס, וועלכע ווערן הײַנט מער ווי פֿריִער. ווי אַ מוזיקער וואָס מאַכט טורן, איז שבת בײַ מיר דער פֿאַרנומענסטער טאָג; נאָר איך האָף, אַז איך וועל קענען באַווײַזן צו געפֿינען צײַט אין מײַן לעבן צו פֿײַערן שבת ווי עס באַדאַרף צו זײַן — אַזוי ווי מײַנע אָבֿות האָבן געפֿײַערט שבת.‟

מושבֿ-זקנים הייבט אָן בויען אַ נײַע געבײַדע

דער מעלבורנער מושבֿ-זקנים אויפֿן נאָמען פֿון עמי מאָנאַש האָט אָנגעהויבן בויען אַ נײַע געבײַדע לעבן זײַנע עקזיסטירנדיקע געבײַדעס אין מיטן פֿון דער ייִדישער געגנט קאָלפֿילד. מע דערוואַרט, אַז די נײַע געבײַדע, וואָס וועט הייסן „גענדל־הויז‟, וועט פֿאַרטיק ווערן אין אַן ערך אַכצן חדשים אַרום, אין מאַרץ 2016, און וועט באַשטיין פֿון זיבן און נײַנציק צימערן און „סוויטעס‟. דער „עמי מאָנאַש מושבֿ-זקנים‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1941.

דער רעדאַקטאָר פֿונעם „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ צו גאַסט אין אויסטראַליע

סטיוו לינד, דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ איז געקומען צו גאַסט קיין אויסטראַליע. לינד איז געבוירן געוואָרן אין זימבאַבווע און האָט געמאַכט עליה אין 1987. ער דינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דער גרעסטער ענגלישער טאָג-צײַטונג אין ישׂראל זינט 2011. ער איז דער גאַסט פֿון דער סוכנות, און וועט העלפֿן צו זאַמלען געלט פֿאַר דער ייִדישער אַגענץ.

לינד זאָגט, אַז זײַן צײַטונג איז „אַ פֿולשטענדיקע ציוניסטישע צײַטונג, וואָס וויל איבערגעבן אַקוראַט דאָס, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל, און גלײַכצײַטיק ווילן מיר ברענגען אַ ריי מיינונגען פֿון רעכטס ביז לינקס.‟ ער זאָגט אויך, אַז זײַנע אויסטראַלישע רעפֿעראַטן וועלן אַרומנעמען „די פּאָזיטיווע זאַכן, וואָס ישׂראל טוט, און וועלכע ציִען נישט גענוג צו אויפֿמערקזאַמקייט אין דער מעדיאַ. דאָס נעמט אַרום אַלץ: העלפֿן סיריער, וועלכע ווערן פֿאַרוווּנדעט אינעם בירגערקריג; און אַרויסהעלפֿן אין דער מלחמה קעגן עבאָלאַ, און שיקן פֿעלד-שפּיטאָלן צו נויטבאַדערפֿטיקע לענדער, צו נײַע דערפֿינדונגען אין דער הויכער טעכנאָלאָגיע און אין דער אַגריקולטור־טעכנאָלאָגיע. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך וועל דיסקוטירן די מערקווירדיקע זאַכן, וואָס עס טוט דער סוכנות־אויסטראַליע, וועלכע איך האָב אַליין געזען לעצטנס בעת אַ טור איבערן דרומדיקן טייל פֿון ישׂראל.‟

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.