דינסטיק דעם 28סטן אָקטאָבער האָט די „דאַיאַ‟ געפֿײַערט דעם „טאָג פֿון דער קולטורעלער פֿאַרשיידנקייט‟, אַ נאָמען, װאָס פֿאַרבײַט אין אַרגענטינע דעם „טאָג פֿון דער ראַסע‟, װי עס װערט אָנגערופֿן אין לאַטײַן־אַמעריקע דער טאָג, װאָס האָט דערמאָנט קאָלאָמבוסעס אַנטדעקונג פֿון אַמעריקע.
מיט דער באַטייליקונג פֿון איבער 500 געסט און פֿאָרשטייער פֿון אַלע פּאָליטישע ריכטונגען — אָבער קיין שום פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג אָדער פֿון זייער פּאַרטיי, און פֿירער פֿון דער אַרגענטינער װירטשאַפֿט, קולטור, רעליגיעזע גײַסטלער און נאַציאָנאַלע מינדערהייטן — האָט דער ייִשובֿ אויסגעדריקט דאָס רעכט און דעם װילן פֿון אַלע פֿאַקטאָרן צו לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט, װאָס רעספּעקטירט אַלעמענס רעכט. דער שטײַגנדיקער אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע איז געװען אין צענטער פֿון אַלע רעדעס. אויפֿן אָװנט האָט זיך אויך באַטייליקט די דעלעגאַציע פֿון דער אַמעריקאַנער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, װאָס באַזוכט אַרגענטינע.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען פֿאָרגעקומען װאַלן אין אורוגװײַ. קיינער פֿון די קאַנדידאַטן אויף פּרעזידענט האָט ניט באַקומען די מערהײט און אין צװיי חדשים װעט דאָס פֿאָלק דאַרפֿן אויסקלײַבן צװישן די צװיי קאַנדידאַטן, װאָס האָבן באַקומען מער שטימען — דער לינקער סעקטאָר, װאָס איז בײַ דער מאַכט, און די אָפּאָזיציע — ליבעראַלן און צענטער־רעכטע. איינע פֿון די קאַנדידאַטן אויף דעפּוטאַטן פֿאַר דער אָפּאָזיציע, קלאַודיאַ קאָנדע, האָט די לעצטע װאָך דערקלערט, אַז צװישן אירע ערשטע פּראָיעקטן װעט זײַן אַן עקסטראַ־שטײַער אויף פֿאַרמעגלעכע אורוגװײַער — ייִדן און אַרמענער. דער פּרעזידענט פֿון איר פּאַרטיי, אַלװאַראָ זשערמאַנאָ, האָט שאַרף רעאַגירט און דערקלערט, אַז ער האָט צװיי ייִדישע טעכטער, זײַן פֿרוי איז אַ ייִדישע און אַז איר פֿאָרשלאָג באַליידיקט זײַן שװער און אַלע אָפּשטאַמיקע פֿון ייִדן און אַרמענער. זײַן פּאַרטיי, די צװייטע אין שטימען, איז קעגן אַבאָרט און קעגן חתונות פֿון בירגערס פֿונעם זעלביקן מין, און זיי דערמעגלעכן אַדאָפּטירן קינדער, און די טעמעס זײַנען געשטאַנען אויפֿן סדר־היום פֿון די לעצטע װאַלן.
דעם 9טן יולי 2013, איז אַ ספּעציעלע גרופּע פֿון דער פֿעדעראַלער פּאָליציי באַפֿאַלן דאָס הויז פֿון „לאַוטשאָן‟ (די מויז) װיאַלע. זיי האָבן דערקלערט, אַז מען האָט געזוכט דאָקומענטן װאָס װאָלטן באַשטעטיקט, אַז ער איז געװען פֿאַרבונדן מיט נאַרקאָטיק און, װײַל ער האָט אָנגעהויבן צו שיסן, האָבן זיי אים דערשאָסן מיט עלף קוילן.
די װאָך הייבט זיך אָן דער מישפּט אויף די פּאָליציאַנטן. קיין דאָקומענטן האָט מען ניט געפֿונען און אויך ניט קיין נאַרקאָטיק, אָבער עס האָט זיך אַרויסגעװיזן, אַז װיאַלע איז געװען אַן אויסשפּיר־אַגענט פֿון דער אַרמיי, װאָס האָט געהאַלטן בײַם פּענסיאָנירן זיך, און װאָס האָט אינטערװענירט אין דער אויספֿאָרשונג אויפֿן אַטענטאַט אויף דער בוענאָס-אײַרעסער קהילה.
קלאַודיאָ ליפֿשיץ, אַן אַדװאָקאַט, אַ געװעזענער סעקרעטאַר פֿון ריכטער, װאָס האָט אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט און אַ געװעזענער אויסשפּיר־אַגענט פֿון דער פֿעדעראַלער פּאָליציי, האַלט, אַז װיאַלען האָט מען דערשאָסן, װײַל ער האָט געװוּסט װאָס ס׳איז געשען מיט די טאַשמעס פֿון די איבער 40,000 שעה רעקאָרדירונגען, װאָס אויסשפּירער האָבן געמאַכט אויף די טעלעפֿאָנען־שמועסן פֿון דער איראַנער אַמבאַסאַדע, און װאָס זײַנען פֿאַרשװוּנדן פֿון געריכט; אַז ער איז געשטאַנען אין קאָנטאַקט מיטן איבערזעצער פֿון פֿאַרסי, װאָס האָט איבערגעגעבן דעם אינהאַלט פֿון אָט די שמועסן, פֿון װעלכן מען װייסט גאָר נישט, און אַז ער װאָלט קיין מאָל זיך נישט באַטייליקט אין אַ שיסערײַ מיט דער פּאָליציי. ער װעט זײַן אַן עדות אינעם מישפּט פֿון די פּאָליציאַנטן, אָבער ער האַלט, אַז מען װעט אַלץ פֿאַרװישן. נאָך אַ קאַפּיטל אין דער שמוציקער אויספֿאָרשונג אויפֿן אַטענטאַט אויף דער קהילה, װוּ מען האָט אַלץ געטאָן אָפּצומעקן איראַנס באַטייליקונג.
אפֿרים זאַדאָף איז אַן אַרגענטינער, װאָס װוינט שוין יאָרן־לאַנג אין ישׂראל. אַ היסטאָריקער, אַ ייִדישער לערער און אַ פֿאָרשער אין ביידע געביטן, האָר ער די לעצטע יאָרן אָנגעהויבן צו אַמטירן אין די קרײַזן פֿון װעלטלעכן סעקטאָר, װאָס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ װעלטלעכן ראַבינער; פֿירט דורך ציװילע אָפּמאַכן פֿאַר פּאָרלעך, װאָס װילן ניט שטעלן קיין חופּה, און פֿירט אַ קאַמף, אַז דער ראַבינאַט זאָל אָננעמען, אַז קינדער פֿון אַ געמישטער חתונה, וווּ דער טאַטע איז אַ ייִד, זאָל אָנערקענט װערן װי ייִדן. ער האָט באַזוכט אַרגענטינע און אורוגװײַ און האָט פֿרײַטיק, דעם 24סטן אָקטאָבער געהאַלטן אַ לעקציע װעגן זײַנע טעטיקייטן אין ישׂראל.
מאַקס בערלינער, דער װעטעראַן פֿון דער ייִדישער בינע אין אַרגענטינע, איז אַלט געװאָרן 95 יאָר. באַרימט אויך װי אַן אַקטיאָר אין דער נישט־ייִדישער װעלט, האָט בערלינער געשפּילט אין אַ סך אַרגענטינער פֿילמען און מיט אַלע װעלט־באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן, װאָס האָבן גאַסטראָלירט אין אונדזער לאַנד. פֿרײַנד, חבֿרים און די קהילה האָבן אים באַערט צו דער געלעגנהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.