תּל־אָבֿיבֿ. — די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אָנגענומען אַ וויכטיקע רעפֿאָרם, וואָס וועט היפּש פֿאַרגרינגערן דעם גיור פֿאַר די בערך 400,000 ישׂראלים, וואָס ס‘איז זיי איצט פֿאַרווערט חתונה צו האָבן אין דער ייִדישער מדינה. ביידע ישׂראלדיקע הויפּט־רבנים זענען קעגן דעם נײַעם געזעץ.
צוליב דעם וואָס אַלע חתונות אין ישׂראל מוזן דורכגעפֿירט ווערן אונטער דער השגחה פֿונעם הויפּט־רבנות, מוזן די דאָזיקע ישׂראלים (ס׳רובֿ פֿון זיי — אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) זיך, צו ערשט, מגייר זײַן, אויב זיי ווילן חתונה האָבן אין ישׂראל.
לויטן נײַעם געזעץ, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דעם 2טן נאָוועמבער, וועט דער גיור־פּראָצעס איצט גרינגער ווערן: יעדער שטאָט־רבֿ וועט קענען דורכפֿירן אַ גיור. ווי אַ רעזולטאַט, וועלן זיי קאָנען אַנולירן די שטרענגסטע תּנאָים פֿונעם הויפּט־רבנות, ווי, למשל, אַז די גרים מוזן שיקן זייערע קינדער אין אָרטאָדאָקסישע שולן. ביז איצט האָבן עקזיסטירט בלויז פֿיר בית־דינס, און אַלע זענען זיי געווען אונטער דער השגחה פֿונעם הויפּט־רבנות.
„איצט וועט יעדער רבֿ אין יעדער שטאָט קאָנען צונויפֿשטעלן זײַן אייגענעם בית־דין,‟ האָט דערקלערט דער עקאָנאָמיע־מיניסטער נפֿתּלי בענעט, וועלכער האָט אַגיטירט פֿאַר דער לעגיסלאַציע, אין איינעם מיט דער יוסטיץ־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני. „עס גיט מענטשן אַ ברירה.‟
די גיור־פּאָליטיק איז אַן אָנגעווייטיקטער ענין אין ישׂראל שוין זינט די 1990ער, ווען בערך 1 מיליאָן מענטשן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען עולה געווען קיין ישׂראל. די אימיגראַנטן זענען געווען באַרעכטיקט אויף בירגערשאַפֿט, לויטן אומקער־געזעץ, וואָס פֿאָדערט, אַז אַן אימיגראַנט דאַרף בלויז האָבן אַ ייִדישע באָבע אָדער זיידע. אָבער הונדערטער טויזנטער פֿון זיי זענען נישט געווען ייִדן לויטן דין — נישט געהאַט קיין ייִדישע מאַמע אָדער דורכגעמאַכט אַן אָרטאָדאָקסישן גיור — און האָבן דערפֿאַר נישט געקאָנט חתונה האָבן אין ישׂראל.
די שטרענגקייט פֿונעם הויפּט־רבנות האָט אָפּגעפֿרעמדט אַ סך פֿון די נײַע ישׂראלים, און אין אַ צאָל פֿאַלן האָבן זיי פּשוט חתונה געהאַט אין אויסלאַנד.
די אָפּשטימונג זונטיק איז געווען דער נײַסטער פּרוּוו מצד דער רעגירונג צו געפֿינען אַ פּשרה, וואָס פֿאַרגרינגערט דעם גיור־פּראָצעס.
סעט פֿאַרבער, דער גרינדער פֿון „איתים‟ — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די ישׂראלים, וועלכע מוטשען זיך מיט אַזוינע סטאַטוס־ענינים, האָפֿט, אַז דאָס געזעץ וועט דערפֿירן צו דער גרינדונג פֿון אַ צאָל פֿרײַנדלעכערע בית־דינס איבערן לאַנד, וואָס וועלן גיכער געפֿעלן די פּאָטענציעלע גרים.
אויף דער פֿראַגע, וואָס וועט זײַן אויב דאָס הויפּט־רבנות וועט פּרוּוון אַפּצושטעלן די נײַע בית־דינס, האָט פֿאַרבער געענטפֿערט: „אין אַזאַ פֿאַל, וועלן מיר פּשוט ברענגען דעם ענין פֿאַרן העכסטן געריכט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.