איבראַהים אַל־אַקאַרי, דער שאָפֿער פֿונעם אויטאָ, וואָס איז אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ גרופּע ישׂראלים אין מיזרח־ירושלים דעם 5טן נאָוועמבער, און וועלכער איז דערנאָך אַליין דערשאָסן געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, איז געווען אַ באַקאַנטער אָפּעראַטיוו פֿון „כאַמאַס‟, און זײַן ברודער איז מיט יאָרן צוריק פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לעבן־לאַנגער טורמע פֿאַר האָבן דערהרגעט אַ ישׂראלדיקן פּאָליציאַנט.
איין ישׂראלי איז דערהרגעט געוואָרן, און צום ווייניקסטן, 14 זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווען אַקאַרי איז אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ גרופּע גרענעץ־פּאָליציאַנטן און דערנאָך אין אַ גרופּע פֿאַרבײַגייער. צום סוף, איז ער אַנטלאָפֿן צו־פֿוס און געפּרוּווט אַטאַקירן די פֿאַרבײַגייער מיט אַ מעטאַלענעם שטעקן, ביז די פּאָליציי האָט אים דערשאָסן.
אַ וואָרטזאָגער פֿון „כאַמאַס‟, מושיר אַל־מאַסרי, האָט געלויבט דעם טעראָריסט, דערקלערנדיק, אַז דאָס איז געווען אַ נקמה־אַקט „אין נאָמען פֿון ׳אַל־אַקסאַ׳ און פֿאַרן בלוט פֿון די מענטשן, וואָס היטן ׳אַל־אַקסאַ׳‟.
אַקאַרי האָט לעצטנס געלויבט אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט דעם טעראָריסט, וועלכער האָט געשאָסן אין יהודה גליק, אַ פּראָמינענטער רעכט־ליניקער אַקטיוויסט, מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 29סטן אָקטאָבער.
אַקאַריס ברודער, מוסאַ אַקאַרי, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו דרײַ טערמינען פֿון לעבן־לאַנגער תּפֿיסה פֿאַר זײַן ראָלע אינעם מאָרד פֿון אַ ישׂראלדיקן פּאָליציאַנט, ניסים טאָלעדאַנאָ, אין 1992. ער איז באַפֿרײַט געוואָרן ווי אַ טייל פֿונעם אַרעסטאַנטן־אויסבײַט, דורך וועלכן מע האָט באַפֿרײַט גלעד שליט אין אָקטאָבער 2011.
אַן ענלעכער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי וואָכן פֿריִער, ווען אַ פּאַלעסטינער האָט אַרײַנגעקראַכט זײַן אויטאָ אין אַ גרופּע מענטשן, וועלכע האָבן געוואַרט אויף דער באַן אין ירושלים. אַ קינד פֿון דרײַ חדשים, חיה־זיסל באַראָן, און אַ 22־יאָריק מיידל פֿון עקוואַדאָר, קאַרען מאָסעראַ, זענען ביידע אומגעקומען אינעם אַטאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.